ערב שבת קודש נאכמיטאג נאך די מקוה איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט אפגעברענט די ליכט, און דערנאך אהיים לביתו אינעם מחנה.
ארום 8:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, ביי קבלת שבת האט דער רב פארגעזאגט מזמור לדוד הבו לה' פסוק בפסוק בקול אדיר בלהבות אש קודש ווי איינגעפירט יאר יערליך אין מחנה ישיבה לצעירים כמנהג סיגוט, נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מען האט געענדיגט ארום 9:45 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
אום פופצן מינוט נאכ'ן גוט שבת זאגן איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת ליל שבת קודש, דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שבת קודש, און דערנאך קידוש געמאכט מיט גרויס התלהבות און מוציא געווען אלע בחורים.
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער וויאזוי א איד דארף זיך אויפפירן ביים עסן, דער רב האט ארויסגעברענגט עטליכע נקודות וואס שטייט אין שלחן ערוך וויאזוי מ'דארף זיך פירן ביים עסן, און הגם ס'איז שוין נישט נוגע דא ביי אונז אויף דאס יאר וויבאלד מ'פארט שוין אהיים, א בחור דארף דאס כסדר מיטנעמען, צווישן אנדערע האט דער רב ארויסגעברענגט אז מ'הייבט נישט אן צו עסן פאר דעם ראש הסעודה, מען עסט נישט עפעס בפניהם פון אנדערע וואס האבן נישט, מען רעדט נישט אינמיטן עסן, ועוד.
מיט די זמירות שבת קודש האט דער רב מכבד געווען תלמידי הישיבה, מ'האט געזינגען כל מקדש און מנוחה ושמחה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי דרוש ופלפול על הפרשה אין די סוגיא פון טעם כעיקר.
מיט קה אכסוף האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם יושע ניימאן הי"ו, דערנאך האט מען געזינגען דעם באקאנטן וויזניצ'ע ויהיו רחמיך, דער רב האט פארגעזינגען אודה לקל, און מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני ימים נוראים, און דערנאך האט מען געבענטשט.
נאכ'ן בענטשן איז פארגעקומען די התוועדות ליל שבת קודש, מען האט ממשיך געווען מיט די זמירות שבת קודש, דערנאך האט דער רב פארציילט עובדות וסיפורים פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע לרגל די פינף און פערציגסטע הילולא קדישא וואס געפאלט דעם קומענדיגן פרייטאג כ"ו אב. מ'האט געענדיגט ארום 2:00 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
= וביום השבת קודש =
אום 9:00 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געלערנט מיט א חברותא, ארום 10:00 איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.
אום 10:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, ביים ליינען איז דער רב געשטאנען ביים באלעמער כנהוג, דער רב האט עולה געווען שישי, נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת, מען האט געענדיגט ארום 12:45 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
ארום צוואנציג מינוט נאך תפילת מוסף איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת יום שב"ק, דער רב האט קידוש געמאכט און מוציא געווען אלע בחורים, מ'האט אויפגעגעבן די מאכלי שבת, און געזינגען די זמירות שבת קודש, נאך די טשולענט האט דער רב האט אנגעהויבן עטליכע ניגונים, און מ'האט מאריך געווען מיט ווארעמע ניגוני שבת קודש פאר א לענגערע צייט.
מען האט געבענטשט און דערנאך האט דער רב געענטפערט אויף די שאלות וואס די בחורים האבן אריינגעשיקט במשכ'ן וואך, צווישן אנדערע איבער עניני חסידות, נשתכח דרך הבעל שם טוב, עניני ימים נוראים הבעל"ט, און נאך, מ'האט געענדיגט אום 2:30, און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
דעם שב"ק וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וויילן אין מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי נ.י., דער רב וועט דאווענען אלע תפילות דורכאויס שב"ק אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און אזוי אויך פראווענען די סעודות שב"ק.
ביי שלש סעודות וועט מען ספעציעל צולייגן נאך עטליכע רייעס זיצן אינעם היכל הביהמ"ד צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור אנשי שלומינו פון אלע ארומיגע געגנטער וואס קומען מיטהאלטן די דברי כיבושין ביים פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה מפי ממלל רברבן דער רב שליט"א, די GPS אדרעסס פונעם קעמפ איז: 101 Ferndale Loomis Rd. Liberty NY
= זמנים לשבת קודש ~ ליבערטי נ.י. = זמן הדלה"נ: 7:31. סוף זמן קרי"ש: 9:02. זמן מוצש"ק: 8:58.
= זמנים לשבת קודש במחנה ישיבה לצעירים = תפילת מנחה וקב"ש: 8:05. סעודת ליל שבת קודש: ארום 15 מינוט נאך גוט שבת זאגן בהיכל הביהמ"ד. תפילת שחרית יום שבת קודש: 10:00. סעודת יום שבת קודש: ארום 20 מינוט נאך גוט שבת זאגן בהיכל הביהמ"ד. מנחה: 7:00. של''ס: 8:10.
במשכ'ן טאג האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געוויילט אין ווילאמסבורג, אין די שפעטע נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי נ.י. וואו דער רב וועט וויילן אויף שבת קודש.
אום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
אום 9:00 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.
ארום 6:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל, און דערנאך אהיים לביתו אין קרית יואל.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי עטליכע שמחות פון אנשי שלומינו אין קרית יואל.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום טשעסטער געגענט אין קרית יואל, ארום 8:30 איז דער רב איז אנגעקומען אין ישיבת דרך התורה סניף ב' בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים, מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רב האט מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה, וואו דער רב האט צווישן אנדערע ארומגערעדט איבער די ענין פון מאכן ברכות, וויאזוי א חסידישע בחור דארף מאכן א ברכה, און ארויסגעברענגט אז א איד לעבט נישט פאר די עסן, די גאנצע סיבה פארוואס מען עסט, איז נאר כדי מ'זאל קענען מאכן א ברכה, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 9:25.
פון דארט איז דער רב צוגעפארן צום שמחת הוואכנאכט לבן הנולד אצל מוה"ר חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון אשת חיל, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה.
ארום 10:00 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין שיכון סקווירא צו באשיינען די שמחת החתונה פון החתן בן הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן דודו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, עב"ג הכלה בת הרב ר' מרדכי גאלדמאן שליט"א מזוועהיל. דער רב איז אנגעקומען ארום 10:40 און זיך באגריסט מיט די חשוב'ע רבנים שליט"א אויפ'ן אויבנאן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים, און די חשוב'ע זיידעס שליט"א ובראשם האדמו"ר מסקווירא שליט"א, דער רב האט פארלאזט דעם שמחת החתונה ארום 11:00 אויפ'ן וועג קיין ווילאמסבורג.
אום 9:00 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה, דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.
אום 7:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מנחה, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מאנטיסעלא נ.י.
אום 8:10 איז דער רב אנגעקומען אין מחנה ישיבה קטנה סניף אהבת התורה בהנהלת הרה"ג ר' יחיאל מיכל סעקולא שליט"א, דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט אפגעראכטן א מסיבת לחיים, מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג המנהל שליט"א און מקבל פנים געווען דעם רב מיט פאסיגע דיבורים.
דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י הישיבה און פאר די בחורים, דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה, דער רב האט ארומגערעדט איבער לימוד התורה און אהבת התורה, און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז מיט'ן לערנען תורה קען מען מאכ'ן א הכנה צו די הייליגע טעג הממשמשין ובאין, דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די חזרה וואס מ'האלט יעצט אינמיטן, און ארויסגעברענגט די גרויסע חשיבות פון קונה זיין א גאנצע מסכת, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דער רב האט פארלאזט דעם מחנה ארום 9:05 אויפ'ן וועג צוריק צו מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי נ.י.
אום 9:00 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה, דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.
אום 7:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מנחה, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה נייטרא אין לאקשעלדריק נ.י. וואו עס האלטן זיך אויף אין די יעצטיגע זוממער וואכן די תלמידי ישיבה קטנה דרך התורה סניף א' בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א.
דער רב איז אנגעקומען אינעם מחנה ארום 8:30, דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה וואו דער רב האט אפגעראכטן א מסיבת לחיים לרגל חמשה עשר באב.
מ'האט געזינגען ניגוני ימים נוראים פאר א לענגערע צייט, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די תלמידי ורמ"י הישיבה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'לא יהיה בך עקר ועקרה ובבהמתך', און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע אופנים, דער רב האט ארומגערעדט בדברים חוצבים לקראת די הייליגע טעג, און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז שטייענדיג אזוי נאנט צו די ימים הנוראים דארף מען זעהן צו מאכן א ריכטיגע הכנה, דער רב האט געזאגט אז מ'וועט גרינדן א חבורה נישט צו רעדן פאר'ן דאווענען וואס דאס וועט זיכער זיין א ריכטיגע הכנה צו די ימים נוראים, און פארלאנגט אז אלע בחורים זאלן זיך אנשליסן אין די חבורה, דער רב האט געזאגט אז די פרטי החבורה וועט מען אי"ה אויסארבעטן אין די קומענדיגע טעג, דער רב האט ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידי הישיבה ווי מ'הערט צוריק מורא'דיגע גריסן פונעם געהויבענעם שבת התוועדות וואס מ'האט געפראוועט דעם שבת קודש אין ישיבה, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד, דער רב האט פארלאזט דעם מחנה ארום 9:30.
אום 9:30 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.
ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען צו עקזיט 7 (וויליס) אין מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים ד'סאטמאר אין מאנטיסעלא נ.י. וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה וואס קומט פאר יעדע וואך אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ל"ז - ל"ט, מ'האט געענדיגט ארום 1:45, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק צו מחנה ישיבה לצעירים.
אום 7:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מנחה, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.
אום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מעריב, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.
ארום 7:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה, ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
נאך תפילת מנחה איז פארגעקומען א סדר הלימוד פאר די תלמידי הישיבה, דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך אהיים לביתו אינעם מחנה.
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט זיך געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט ארומגערעדט אז מ'שטייט שוין גאר נאנט צו די טעג פון ראש השנה, און מ'דארף זעהן אריינצוכאפן, דער רב האט ארויסגעברענגט פאר די תלמידי הישיבה אז דעם יאר ראש השנה איז ספעציעל וויכטיג פאר זיי, ווייל אין די קומענדיגע יאר גייען שוין זיין חתנים אי"ה, און אין דעם ראש השנה גייט עס ווערן אנגעשריבן.
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות, מ'האט געזינגען אודה און שיר המעלות.
נאכ'ן זמן ר"ת האט מען אויסגעלאשן די לעקטער אינעם היכל הביהמ''ד, און מען האט פאר א לענגערע צייט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות. דערנאך האט די רב אנגעהויבן די פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה וואו דער רב האט פאר א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי מוסר והתעוררות, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'כי תוליד בנים וגו', בצר לך ומצאוך וגו', עץ ואבן וגו', ובקשתם משם את ה' אלוקיך ומצאת' און געפרעגט עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה, דער רב האט געטייטשט אז 'עץ ואבן' מיינט אז אפי' ווען מ'גייט טוהן מצוות אין גלות פארטריקנטערהייט אזויווי האלץ און שטיין, מיט דעם אלעם וואס מ'גייט זיך אזוי שלעכט פילן און אפי' ס'איז נאר א קלייניגקייט, טוט עס אויף גאר גרויסע זאכן אויבן אין הימל און ס'איז מורא'דיג חשוב ביים אויבערשטן, דער רב האט זיך געשטעלט אז אויב מ'זוכט עפעס איז עס נישט קיין מציאה, נאר וואס דען, מיר האבן א הבטחה פונעם אויבערשטן 'פתחו לי פתח כחודו של מחט ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם', און אז מ'זוכט אפי' נאר א קלייניגקייט, העלפט דער אויבערשטער און ס'ווערט שפעטער פון דעם א גרויסע זאך.
דער רב האט נאכגעזאגט דעם משל וואס רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע האט נאכגעזאגט איין יאר אום הושענא רבה פונעם באר מים חיים, אז ס'איז געווען א מלך וואס האט געהאט א בן יחיד, און ווען ער האט זיך אויסגעלערנט צו זאגן 'טאטע' האט ער זיך זייער געפריידט, שפעטער האט ער אים אויסגעלערנט אסאך חכמות, אבער נאכדעם האט זיך דער בן מלך גע'חבר'ט מיט שלעכטע חברים און ער האט אלעס פארגעסן, און ווען ער האט געוואלט צוריקקומען האט ער נאר געדענקט וויאזוי צו זאגן 'טאטע', האט ער געזאגט פאר'ן מלך, געדענקסט נאך וויאזוי דו האסט דיך געפריידט אלץ קליין קינד ווען איך האב נאר געקענט זאגן 'טאטע', איז אויב אזוי נעם מיר יעצט אויך צוריק אפי' כ'קען נאר זאגן 'טאטע', דער רב האט ארויסגעברענגט אז אפי' מ'שטייט שוין שנת תשפ"ד, ווי שוואך מ'איז נאר, אבער מ'געדענקט נאך דעם אויבערשטנס נאמען, האט דער רב געטייטשט 'ובקשתם משם' וויאזוי קען מען צוקומען צום אויבערשטן, ווייל ה' אלוקיך, מ'געדענקט נאך דעם אויבערשטנס נאמען, ומצאת, קען מען אים טרעפן.
דער רב האט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים, און מיט בכיות נוראות אויפגעוועקט די פינטעלע אין א יעדע אידיש הארץ איבער די ימי הרחמים והרצון הבאים לקראתינו לשלום, לבוחן לבבות ביום דין לגולה עמוקות בדין, אויב מען האט אן אמת'ן הרהור תשובה, זעהט עס דער אויבערשטער, דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'שטייט שוין שנת תשפ"ד, די יאר איז שוין כמעט אדורך, מ'דארף איבערטראכטן וויאזוי מען האט פארבלענדעט דעם יאר, וויפיל מ'האט קונה געווען, אבער מ'טאר זיך ח"ו נישט מייאש זיין, אין שום יאוש בעולם כלל, מאי דהוה הוה מכאן ואילך חושבנא, מ'דארף קוקן וויאזוי ס'איז געווען, עס איז נאך געבליבן א קורצע צייט ביזן יום הדין, מען דארף עס זעהן אויסצונוצן און זיך צוגרייטן וויאזוי ס'דארף צו זיין.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מען זאל שוין בקרוב ממש זוכה זיין צו דעם גרויסן זמן ווען דער טאטע זאל זיין געזונט וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו בהתרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן.
מ'האט געזינגען ידיד נפש, קל מסתתר, דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס.
ערב שבת קודש נאכמיטאג נאך די מקוה איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט אפגעברענט די ליכט, און דערנאך אהיים לביתו אינעם מחנה.
ארום 8:05 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, ביי קבלת שבת האט דער רב פארגעזאגט מזמור לדוד הבו לה' פסוק בפסוק בקול אדיר בלהבות אש קודש ווי איינגעפירט יאר יערליך אין מחנה ישיבה לצעירים כמנהג סיגוט, נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מען האט געענדיגט ארום 9:50 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
אום פופצן מינוט נאכ'ן גוט שבת זאגן איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת ליל שבת קודש, דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שבת קודש, און דערנאך קידוש געמאכט מיט גרויס התלהבות און מוציא געווען אלע בחורים.
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער אויסנוצן די צייט אין קעמפ, דער רב האט אויסגעטייטשט די פסוק די וואך 'כי שאל נא לימים ראשונים וגו' ולמקצה הארץ ועד קצה הארץ', אז דאס איז מרמז אויף די ערשטע טעג פונעם וואך, די פרייטאג שבת און זונטאג, וואס פון איין עק צום אנדערן קען ח"ו אדורכגיין אן לערנען, ד.ה. פון פרייטאג צופרי ביז זונטאג נאכמיטאג, און מ'זאל זעהן גוט אויסצונוצן די צייטן.
מיט די זמירות שבת קודש האט דער רב מכבד געווען תלמידי הישיבה, מ'האט געזינגען כל מקדש און מנוחה ושמחה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי דרוש ופלפול על הפרשה אין די סוגיא פון גיעולי נכרים וטעם כעיקר.
מען האט געזינגען קה אכסוף, נאכפאלגנדיג מיט'ן באקאנטן וויזניצ'ע ויהיו רחמיך, דער רב האט פארגעזינגען אודה לקל, און מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני גאולה ונחמה, מיט'ן בענטשן האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו - וומ"ס.
נאכ'ן בענטשן איז פארגעקומען די התוועדות ליל שבת קודש, מען האט ממשיך געווען מיט די זמירות שבת קודש, דערנאך האט דער רב פארציילט עובדות וסיפורים פון הגאון רבי מרדכי בנעט זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן ביום השבת קודש - י"ג מנחם אב, מ'האט געענדיגט ארום 2:00 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
= וביום השבת קודש =
אום 9:00 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה, ארום 10:00 איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.
אום 10:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, ביים ליינען איז דער רב געשטאנען ביים באלעמער כנהוג, דער רב האט עולה געווען שישי, נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת, מען האט געענדיגט ארום 12:45 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
ארום צוואנציג מינוט נאך תפילת מוסף איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת יום שב"ק, דער רב האט קידוש געמאכט און מוציא געווען אלע בחורים, מ'האט אויפגעגעבן די מאכלי שבת, און געזינגען די זמירות שבת קודש, נאך די טשולענט האט דער רב געזאגט אז שבת נחמו אין אסאך פלעצער מאכט מען ליידער קומזיץ'ען מיט קידושים, אונז וועל מיר מקיים זיין דעם מנהג און יעצט זינגען שירות ותשבחות פאר'ן אויבערשטן, דער רב האט אנגעהויבן עטליכע ניגונים, און מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני גאולה ונחמה פאר א לענגערע צייט.
מען האט געבענטשט און דערנאך האט דער רב געענטפערט אויף די שאלות וואס די בחורים האבן אריינגעשיקט במשכ'ן וואך, מ'האט געענדיגט אום 2:30, און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
דעם שב"ק וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וויילן אין מחנה ישיבה לצעירים ליבערטי נ.י. וואו דער רב האלט זיך אויף במשך די ימי הקיץ, דער רב וועט דאווענען אלע תפילות דורכאויס שב"ק אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און אזוי אויך פראווענען די סעודות שב"ק.
ביי שלש סעודות וועט מען ספעציעל צולייגן נאך עטליכע רייעס זיצן אינעם היכל הביהמ"ד צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור אנשי שלומינו פון אלע ארומיגע געגנטער וואס קומען מיטהאלטן די דברי כיבושין ביים פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה מפי ממלל רברבן דער רב שליט"א, די GPS אדרעסס פונעם קעמפ איז: 101 Ferndale Loomis Rd. Liberty NY
= זמנים לשבת קודש ~ ליבערטי נ.י. = זמן הדלה"נ: 7:42. סוף זמן קרי"ש: 9:00. זמן מוצש"ק: 9:08.
= זמנים לשבת קודש במחנה ישיבה לצעירים = תפילת מנחה וקב"ש: 8:15. סעודת ליל שבת קודש: ארום 15 מינוט נאך גוט שבת זאגן בהיכל הביהמ"ד. תפילת שחרית יום שבת קודש: 10:00. סעודת יום שבת קודש: ארום 20 מינוט נאך גוט שבת זאגן בהיכל הביהמ"ד. מנחה: 7:00. של''ס: 8:15.
אום 9:10 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים צו תפילת שחרית, פאר'ן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר אשר צבי יואל גאנז הי"ו - וומ"ס, ב"ר נתן נטע דוב רעטעק הי"ו - ב"פ, ב"ר פנחס מרדכי קליין הי"ו - ק"י.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רב האט ארומגערעדט בגודל קדושת התפילין, און געבעטן די בר מצוה בחורים זאלן זיך אונטערנעמען נישט צו רעדן מיט די תפילין, דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בר מצוה בחורים און פאר די טאטע'ס, מ'האט געענדיגט ארום 10:50 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט ביים אנקומען אין וויליאמסבורג ארום 12:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין בית המדרש בנין בראך דקהילתינו הק'.
היינט דאנערשטאג אום 9:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול אין ווילאמסבורג, פאר'ן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יחיאל מיכל בר"ש פריעדמאן הי"ו, ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בר מצוה בחור און פאר'ן טאטן, דער רב האט ארומגערעדט בגודל קדושת התפילין, און געבעטן דעם בר מצוה בחור זיך אונטערצונעמען נישט צו רעדן מיט קיין תפילין.
ארום 5:30 נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל, ארום 7:40 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל, און דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו די קעטסקיל'ס.
ארום 9:00 איז דער רב אנגעקומען אינעם ראוז גארדען זאל אין סאוט פאלסבורג נ.י. וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת הבר מצוה פאר הבחור בן הרה"ח ר' אשר גאנז הי"ו, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בר מצוה בחור פאר'ן טאטן און פאר די זיידעס, דער רב האט פארלאזט דעם זאל ארום 9:10 אויפ'ן וועג צו מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי נ.י. וואו דער רב וועט וויילן אויף שבת קודש.
תיכף ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד אינעם מחנה.
אום 9:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול אין ווילאמסבורג.
שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל, דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין קרית יואל, צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת הבר מצוה פון בן הרבני הנגיד ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו פון וומ"ס, ארום 10:00 איז דער רב אנגעקומען צו די זאלן פון גינת קליין אין קרית יואל צום שמחה, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בר מצוה בחור, און פאר'ן טאטן הרבני הנגיד ר' יוסף מרדכי און פאר די זיידעס, דערנאך האט דער רב משמיע געװען דברי תורה לכבוד השמחה, דערביי האט דער רב ארויסגעברענגט לשבח ווי ר' יוסף מרדכי געט זיך אזויפיל אוועק פאר די קהילה, און וויפיל צדקה וחסד עס גייט ארויס פון אים טעגליך, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
אום 9:30 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג צו תפילת שחרית, בעל תפילה: הרב ר' יוקל טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה - ויואל משה ק"י שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: פתיחה: הרה"ח ר' אלימלך וואגשאהל הי"ו, בעל קורא: הרב ר' יוקל טייטלבוים שליט"א, כהן: הרה"ח ר' יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו - ק"י, לוי: הרה"ח ר' אברהם יושע ב"ר יודל ווערצבערגער הי"ו, שלישי - מפטיר: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' ישראל שעהר הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' מנשה פאלקאוויטש הי"ו, דער רב האט געזאגט די ברכות ההפטורה, און פארגעזאגט די הפטורה בבכיות רב.
דערנאך האט דער רב געזאגט דעם קינות ליום תשעה באב בבכי ומספד, עס האט פארגעזאגט הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו.
נאך די קינות האט דער רב געזאגט אשרי ובא לציון און עלינו, מ'האט געענדיגט ארום 12:55, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג קיין בארא פארק.
ארום 1:30 איז דער רב אנגעקומען צום שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל הרה"ח ר' מרדכי יחזקאל ב"ר צבי חיים לעווי הי"ו וואס איז פארגעקומען אין בית המדרש דקהילתינו הק' אויף 10'טע עוו., ביים אנקומען האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי הלכה מיט הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ בקהילתינו הק' בארא פארק, מ'האט זיך א לענגערע צייט מפלפל געווען אין א מחלוקה פונעם טורי זהב מיט'ן מגן אברהם בהל' תשעה באב.
דערנאך איז פארגעקומען דעם ברית מילה וואו דער רב איז געווען סנדק, דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן אבי הבן און פאר די זיידעס, ארום 2:15 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג צוריק לביתו אין וויליאמסבורג.
אום 6:30 איז דער רב אריינגעקומען אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, און געזאגט די ד' פרשיות, און משלים געווען דעם שיר של יום, און קוה.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי - מפטיר, דערנאך איז דער רב ארויף בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט רבינו תם תפילין, דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד ארום 7:20 אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
אום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול, עס האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפלה למשה דקהלתינו הק' אין ב"פ, ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד, און דערנאך אהיים לביתו.
אום 10:00 איז דער רב אנגעקומען פארנט פון בית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט מחדש געווען די לבנה, מען האט געזינגען 'טובים מאורות' און ממשיך געווען מיט 'יבנה המקדש', און דער רב האט אנגעוואונטשן 'א גוטן חודש' פאר אלע ארומיגע, דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג צוריק לביתו.
אום 8:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין ווילאמסבורג.
שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו די קעטסקיל'ס.
ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען צו עקזיט 7 (וויליס) אין מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים ד'סאטמאר אין מאנטיסעלא נ.י. וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה וואס קומט פאר יעדע וואך אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ל"ד - ל"ז, מ'האט געענדיגט ארום 1:45.
שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער האט געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל, אויפדערנאכט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מסיבת לחיים נאכ'ן שמחת הברית לבן הנולד אצל מוה"ר משה דוד דאווידאוויטש הי"ו, פארגאנגענעם פרייטאג דברים אין ביהמ"ד בעהוץ אין קרית יואל.