= שבת קודש פרשת ואתחנן - שבת נחמו =
ערב שבת קודש נאכמיטאג נאך די מקוה איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט אפגעברענט די ליכט, און דערנאך אהיים לביתו אינעם מחנה.
ארום 8:05 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
ביי קבלת שבת האט דער רב פארגעזאגט מזמור לדוד הבו לה' פסוק בפסוק בקול אדיר בלהבות אש קודש ווי איינגעפירט יאר יערליך אין מחנה ישיבה לצעירים כמנהג סיגוט,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מען האט געענדיגט ארום 9:50 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
אום פופצן מינוט נאכ'ן גוט שבת זאגן איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת ליל שבת קודש,
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שבת קודש,
און דערנאך קידוש געמאכט מיט גרויס התלהבות און מוציא געווען אלע בחורים.
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער אויסנוצן די צייט אין קעמפ, דער רב האט אויסגעטייטשט די פסוק די וואך 'כי שאל נא לימים ראשונים וגו' ולמקצה הארץ ועד קצה הארץ', אז דאס איז מרמז אויף די ערשטע טעג פונעם וואך, די פרייטאג שבת און זונטאג, וואס פון איין עק צום אנדערן קען ח"ו אדורכגיין אן לערנען, ד.ה. פון פרייטאג צופרי ביז זונטאג נאכמיטאג, און מ'זאל זעהן גוט אויסצונוצן די צייטן.
מיט די זמירות שבת קודש האט דער רב מכבד געווען תלמידי הישיבה,
מ'האט געזינגען כל מקדש און מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי דרוש ופלפול על הפרשה אין די סוגיא פון גיעולי נכרים וטעם כעיקר.
מען האט געזינגען קה אכסוף, נאכפאלגנדיג מיט'ן באקאנטן וויזניצ'ע ויהיו רחמיך,
דער רב האט פארגעזינגען אודה לקל, און מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני גאולה ונחמה,
מיט'ן בענטשן האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו - וומ"ס.
נאכ'ן בענטשן איז פארגעקומען די התוועדות ליל שבת קודש,
מען האט ממשיך געווען מיט די זמירות שבת קודש,
דערנאך האט דער רב פארציילט עובדות וסיפורים פון הגאון רבי מרדכי בנעט זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן ביום השבת קודש - י"ג מנחם אב,
מ'האט געענדיגט ארום 2:00 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
= וביום השבת קודש =
אום 9:00 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה,
ארום 10:00 איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.
אום 10:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
ביים ליינען איז דער רב געשטאנען ביים באלעמער כנהוג, דער רב האט עולה געווען שישי,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מען האט געענדיגט ארום 12:45 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
ארום צוואנציג מינוט נאך תפילת מוסף איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת יום שב"ק,
דער רב האט קידוש געמאכט און מוציא געווען אלע בחורים,
מ'האט אויפגעגעבן די מאכלי שבת, און געזינגען די זמירות שבת קודש,
נאך די טשולענט האט דער רב געזאגט אז שבת נחמו אין אסאך פלעצער מאכט מען ליידער קומזיץ'ען מיט קידושים, אונז וועל מיר מקיים זיין דעם מנהג און יעצט זינגען שירות ותשבחות פאר'ן אויבערשטן,
דער רב האט אנגעהויבן עטליכע ניגונים, און מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני גאולה ונחמה פאר א לענגערע צייט.
מען האט געבענטשט און דערנאך האט דער רב געענטפערט אויף די שאלות וואס די בחורים האבן אריינגעשיקט במשכ'ן וואך,
מ'האט געענדיגט אום 2:30, און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

👁 23