🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ב אב תשפ״ד · Aug 16, 2024 · 7:34 PM
#200
= פרייטאג פרשת ואתחנן =

אום 9:10 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים צו תפילת שחרית,
פאר'ן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר אשר צבי יואל גאנז הי"ו - וומ"ס,
ב"ר נתן נטע דוב רעטעק הי"ו - ב"פ,
ב"ר פנחס מרדכי קליין הי"ו - ק"י.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רב האט ארומגערעדט בגודל קדושת התפילין, און געבעטן די בר מצוה בחורים זאלן זיך אונטערנעמען נישט צו רעדן מיט די תפילין, דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בר מצוה בחורים און פאר די טאטע'ס,
מ'האט געענדיגט ארום 10:50 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

א גוט שבת.
👁 19