🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ב אב תשפ״ד · Aug 26, 2024 · 12:10 AM
#212
= שבת קודש פרשת עקב =

ערב שבת קודש נאכמיטאג נאך די מקוה איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט אפגעברענט די ליכט, און דערנאך אהיים לביתו אינעם מחנה.

ארום 8:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
ביי קבלת שבת האט דער רב פארגעזאגט מזמור לדוד הבו לה' פסוק בפסוק בקול אדיר בלהבות אש קודש ווי איינגעפירט יאר יערליך אין מחנה ישיבה לצעירים כמנהג סיגוט,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מען האט געענדיגט ארום 9:45 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

אום פופצן מינוט נאכ'ן גוט שבת זאגן איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת ליל שבת קודש,
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שבת קודש,
און דערנאך קידוש געמאכט מיט גרויס התלהבות און מוציא געווען אלע בחורים.

נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער וויאזוי א איד דארף זיך אויפפירן ביים עסן, דער רב האט ארויסגעברענגט עטליכע נקודות וואס שטייט אין שלחן ערוך וויאזוי מ'דארף זיך פירן ביים עסן, און הגם ס'איז שוין נישט נוגע דא ביי אונז אויף דאס יאר וויבאלד מ'פארט שוין אהיים, א בחור דארף דאס כסדר מיטנעמען, צווישן אנדערע האט דער רב ארויסגעברענגט אז מ'הייבט נישט אן צו עסן פאר דעם ראש הסעודה, מען עסט נישט עפעס בפניהם פון אנדערע וואס האבן נישט, מען רעדט נישט אינמיטן עסן, ועוד.

מיט די זמירות שבת קודש האט דער רב מכבד געווען תלמידי הישיבה,
מ'האט געזינגען כל מקדש און מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי דרוש ופלפול על הפרשה אין די סוגיא פון טעם כעיקר.

מיט קה אכסוף האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם יושע ניימאן הי"ו, דערנאך האט מען געזינגען דעם באקאנטן וויזניצ'ע ויהיו רחמיך,
דער רב האט פארגעזינגען אודה לקל, און מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני ימים נוראים,
און דערנאך האט מען געבענטשט.

נאכ'ן בענטשן איז פארגעקומען די התוועדות ליל שבת קודש,
מען האט ממשיך געווען מיט די זמירות שבת קודש,
דערנאך האט דער רב פארציילט עובדות וסיפורים פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע לרגל די פינף און פערציגסטע הילולא קדישא וואס געפאלט דעם קומענדיגן פרייטאג כ"ו אב.
מ'האט געענדיגט ארום 2:00 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

= וביום השבת קודש =

אום 9:00 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געלערנט מיט א חברותא,
ארום 10:00 איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.

אום 10:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
ביים ליינען איז דער רב געשטאנען ביים באלעמער כנהוג,
דער רב האט עולה געווען שישי,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מען האט געענדיגט ארום 12:45 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

ארום צוואנציג מינוט נאך תפילת מוסף איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת יום שב"ק,
דער רב האט קידוש געמאכט און מוציא געווען אלע בחורים,
מ'האט אויפגעגעבן די מאכלי שבת, און געזינגען די זמירות שבת קודש,
נאך די טשולענט האט דער רב האט אנגעהויבן עטליכע ניגונים, און מ'האט מאריך געווען מיט ווארעמע ניגוני שבת קודש פאר א לענגערע צייט.

מען האט געבענטשט און דערנאך האט דער רב געענטפערט אויף די שאלות וואס די בחורים האבן אריינגעשיקט במשכ'ן וואך, צווישן אנדערע איבער עניני חסידות, נשתכח דרך הבעל שם טוב, עניני ימים נוראים הבעל"ט, און נאך,
מ'האט געענדיגט אום 2:30, און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
👁 18