= דינסטאג פרשת עקב =
אום 9:00 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה,
דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.
אום 7:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מנחה,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מאנטיסעלא נ.י.
אום 8:10 איז דער רב אנגעקומען אין מחנה ישיבה קטנה סניף אהבת התורה בהנהלת הרה"ג ר' יחיאל מיכל סעקולא שליט"א,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט אפגעראכטן א מסיבת לחיים,
מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג המנהל שליט"א און מקבל פנים געווען דעם רב מיט פאסיגע דיבורים.
דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י הישיבה און פאר די בחורים,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער לימוד התורה און אהבת התורה, און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז מיט'ן לערנען תורה קען מען מאכ'ן א הכנה צו די הייליגע טעג הממשמשין ובאין,
דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די חזרה וואס מ'האלט יעצט אינמיטן, און ארויסגעברענגט די גרויסע חשיבות פון קונה זיין א גאנצע מסכת,
און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דער רב האט פארלאזט דעם מחנה ארום 9:05 אויפ'ן וועג צוריק צו מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי נ.י.
א גוטע נאכט.
~🌴~

👁 11