ארום 8:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים צבי גאלד הי"ו, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: ר' בערל מאשקאוויטש הי"ו - ק"י, לוי: הרה"ג ר' אפרים יצחק הילמאן שליט"א - מגי"ש בקהילתינו הק', שלישי: הרה"ח ר' שמואל יודא חיים בלייך הי"ו, הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' מאיר גרינפעלד הי"ו.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, מען האט געזינגען די זמירות שלש סעודות, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' וואלף דייטש הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' מאיר גרינפעלד הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'והנכם היום ככוכבי השמים לרוב' און געפרעגט עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה, דער רב האט צווישן אנדערע נאכגעזאגט פון זיידן ז"ל דער ישמח משה אז ווען די ביהמ"ק איז געשטאנען איז יעדע איד געווען בטל צום אויבערשטן בפנימיות הלב, און געטייטשט 'צמאה נפשי לאלוקים לקל חי לבי ובשרי ירננו אל קל חי', אז דוד המלך האט געגלוסט צו גיין צום אויבערשטן אין ביהמ"ק, ווייל ס'איז א בחינה פון מצא מין את מינו וניעור, ס'ווענדט זיך זיך אויף די השתוקקות וואס א איד איז צום אויבערשטן, דער רב האט נאכגעזאגט דעם תניא וואס פרעגט פארוואס בעהט מען ביים דאווענען 'לבוא ולראה ולהשתחוות', פארוואס קען מען זיך נישט ביקן היינטיגע צייטן, און ער ענטפערט אז די השתחויה אין ביהמ"ק איז געווען א פנימיות'דיגע, מ'איז פון זיך אליינס בטל געווארן צום אויבערשטן, היינטיגע צייטן אפי' מ'בוקט זיך איז עס נאר בחיצוניות, דער רב האט נאכגעזאגט פון זיידן ז"ל דער ייטב לב אז ביידע זענען איין בחינה, און דער רב האט געטייטשט, 'ואני ברוב חסדך אבוא ביתך', אויב כ'קען קומען אין ביהמ"ק, דעמאלטס 'אשתחוה', דעמאלטס וועט עס זיין אן אמת'דיגע השתחויה.
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט אז ס'איז דא צוויי חלקים אין כלל ישראל, די פשוט'ע אידן זענען מרומז אין די אותיות כ"ו, און די העכערע אידן וואס זענען מקושר צו די תורה זענען מרומז אין די אותיות כ"ב וואס דאס איז די כ"ב אותיות התורה, דער רב האט ארויסגעברענגט אז כוכב איז צוזאמגעשטעלט פון ביידע, און ווען די ביהמ"ק איז געשטאנען זענען ביידע געווען אויף א הויכע מדריגה.
דער רב האט א לענגערע צייט מיט בכיות עצומות ארומגערעדט מיט בענקעניש צום גאולה העתידה, דער רב האט ארויסגעברענגט וויפיל חיזוק אידישע קינדער דארפן היינט צו טאג, דער רב האט נאכגעזאגט פון זיידן ז"ל דער ברך משה אז דאס אז אידן זענען נאכאלץ משתוקק אויף די גאולה, דאס איז די גרעסטע ראיה אז משיח וועט נאך קומען, דער רב האט ארויסגעברענגט ווי מ'האט געזעהן במשך די דורות אז אידן האבן קיינמאל נישט אויפגעגעבן, אפי' מ'האט געזעהן די רויעך אין אושוויץ, האט מען זיך אייביג מחזק געווען.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מען זאל שוין בקרוב ממש זוכה זיין צו דעם גרויסן זמן ווען דער טאטע זאל זיין געזונט וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו בהתרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן.
נאך די תורה האט דער רב אנגעהויבן דעם ניגון פון אני מאמין בהשתוקקות וגעגועים וואס מהאט איבערגעזינגען צענדליגער מאל נאכאנאנד, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני גלות וגאולה פאר א לענגערע צייט, ווען בשעת מעשה איז דער רב מוריד נחלי דמעות מיט א שטארקע התעוררות ודביקת.
קל מסתתר: הרה"ח ר' בנציון איצקאוויטש הי"ו, דער רב האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו, נאך תפילת מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 10:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
ארום 8:25 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג וואו דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה, בעל תפילה קבלת שבת ומעריב: הרה"ח ר' מרדכי יצחק מאשקאוויטש הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, מען האט געענדיגט ארום 9:45, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
= וביום השבת קודש =
אום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, בעל תפילה פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מרדכי יצחק מאשקאוויטש הי"ו, בעל תפילה שחרית: הר"ר משה אהרן פריעדמאן שליט"א - ר"מ בישיבת מבצר התורה, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב ברי"ד טעללער הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' יעקב אהרן הירש הי"ו, כהן: הרה"ח ר' מרדכי יצחק מאשקאוויטש הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יוסף לעווי הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' הירצקא ווייסמאן הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' אברהם יושע יודא רעטעק הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' שאול גרינפעלד הי"ו, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, שביעי: הרה"ח ר' מנשה גאטליעב הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו, אחרון: הרה"ח ר' אליהו יהודא שטעסל הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו, גלילה: ר' ישי שעהר הי"ו, בעל תפילה מוסף: הרה"ח ר' מרדכי יצחק מאשקאוויטש הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר יצחק נתן גאנדל הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מען האט געענדיגט ארום 12:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
אום 9:15 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל, פאר'ן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל מוה"ר נפתלי הערש ברי"ש פאלאטשעק הי"ו וואו דער רב האט געזאגט די ברכות וקריאת השם.
אום 9:40 איז דער רב אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין חדר אברהם יעקב, מהאט געענדיגט ארום 10:30, און דער רב איז אהיים לביתו אין קרית יואל.
ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד בעהוץ אין קרית יואל וואו עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל מוה"ר משה דוד דאווידאוויטש הי"ו, ביים אנקומען האט זיך דער רב אראפגעזעצט בהיכל הביהמ"ד און עוסק געווען בלימודו פאר א שטיק צייט, דערנאך איז פארגעקומען דעם ברית מילה וואו דער רב איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, הרב ר' צבי ארי' טויב שליט"א רב דביהמ"ד בעהוץ האט געזאגט די ברכות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל ברית און פאר די זיידעס, דערנאך האט דער רב משמיע געװען א דרשה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף 'הרחמן הוא יברך בעל ברית המילה אשר שש לעשות צדק בגילה' און ווייטער שטייט 'ויזכה לראות פני השכינה שלש פעמים בשנה', און געפרעגט וואס איז די שייכות, האט דער רב מסביר געווען מיט דעם וואס מען גייט נאר עולה רגל זיין די דריי ימים טובים, פסח שבועות און סוכות, לכאו' ס'איז דאך דא פינעף ימים טובים מיט ראש השנה און יום כיפור, און נאכמער ביי אונז חסיד'ישע אידן האט מען געזעהן פונקט פארקערט אז ראש השנה און יום כיפור איז מען געפארן צו א רבי'ן, האט דער רב מחדש געווען אז די סיבה איז ווייל ביי די דריי ימים טובים שטייט 'ושמחת בחגך', און דער אויבערשטער וויל נאר אז מ'זאל קומען צו אים ווען מ'איז פרייליך, און טוהן די מצוה פון עולה רגל זיין בשמחה, האט דער רב געטייטשט, 'אשר שש לעשות צדק בגילה' וויאזוי ווייסט מען אז טוהן א מצוה בשמחה איז א גרויסע זאך? פון 'ויזכה לראות פני השכינה שלש פעמים בשנה', און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז ס'זאל זיין מער ווי פינעף ימים טובים, תשעה באב און שבעה עשר בתמוז זאלן ווערן ימים טובים, 'והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה' בביאת גואל צדק בב"א.
דער רב האט מכבד געווען דעם רב הביהמ"ד צו זאגן תורה, און עס האט זיך פארמירט א שמועס בדברי תורה, דער שמש האט געמאכט דעם 'מי שברך', דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד ארום 12:10 אויפ'ן וועג לביתו אין קרית יואל.
שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג וואו דער רב וועט וויילן אויף שבת.
מיטוואך במשכ'ן טאג האט דער רב געוויילט אין קרית יואל, אום 9:50 אויפדערנאכט האט דער רב געדאוונט תפילת מעריב אין חדר יעקב מרדכי בבית מדרשינו הגדול.
דאנערשטאג אינדערפרי האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום טשעסטער געגנט אין קרית יואל, ארום 8:30 איז דער אנגעקומען אין ישיבת דרך התורה סניף ב' בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי לייגן טלית ותפילין, דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי, און דערנאך גומל געבענטשט נאכ'ן זיך צוריקקערן פון די דערהויבענע נסיעה אויף קברי אבות אין אייראפע, נאכ'ן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פונעם רב.
דערנאך איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים בהיכל הביהמ"ד, מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די תלמידי הישיבה, דער רב מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה בפרשת השבוע, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'בערבה מול סוף' און ארומגערעדט איבער עטליכע ענינים בעבודת התפילה, דער רב האט צווישן אנדערע געטייטשט אז מ'דארף דאווענען 'בערבה' מיט א זיסקייט, 'מול סוף' ביז צום סוף אן קיין הפסק, און מאריך געווען איבער די חשיבות פון דאווענען אן מפסיק זיין בדברים בטלים, דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'טאר אפי' נישט לערנען אינמיטן דאווענען, 'זמן תורה לחוד זמן תפילה לחוד', דער רב האט ממשיל געווען אז לערנען אינמיטן דאווענען איז אזויווי עסן א קאלטע אייז-קרעם אינמיטן א הייסע זופ, דער רב האט בדרך צחות געזאגט אז אפי' ווען מ'קומט דא אן אין ישיבה פאר שחרית אויף אן אומגעראכטענע באזוך און די בחורים דארפן זיך צוגרייטן א תורה [צוליב וואס דער רב איז יעדע וואך מכבד עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה, און מ'זאגט נישט פון פאראויס װעם דער רב וועט מכבד זיין], מעג מען עס אויך נישט טוהן אינמיטן דאווענען, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב, דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג צוריק קיין קרית יואל.
ארום 6:00 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען צו ישיבה קטנה אור החיים אין קרית יואל בהנהלת הרה"ג ר' יואל פארקאש שליט"א, ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, נאכ'ן דאווענען זענען די בחורים אריבער שלום נעמען פון רב.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג המנהל שליט"א און מקבל פנים געווען דעם רב מיט פאסיגע דיבורים, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן מנהל, די מגידי שיעור, און פאר די תלמידי הישיבה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה בדברי הדרכה פאר די תלמידי הישיבה, דער רב האט צום ערשט געטייטשט עטליכע פסוקים בפרשת השבוע בענינים הנוגעים לעבודת השם ובפרט פאר בחורים, דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט לשבח די תלמידי הישיבה אז מ'הערט כסדר צוריק גוטע גריסן פון די ישיבה, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכת לרוב, דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 6:55.
אויפדערנאכט האט דער זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין קרית יואל, צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת הבר מצוה פון הבחור בן מוה"ר עזריאל מאיר קאהן הי"ו פון וויליאמסבורג, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון כינור דוד, ארום 10:00 איז דער רב אנגעקומען, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בחור הבר מצוה, פאר'ן טאטן, און פאר די זיידעס, דער רב האט משמיע געװען א דרשה בעניני בר מצוה וקדושת התפילין, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז אזויווי מ'מאכט יעצט א שמחה, זאלן די טעג אויך ווערן ימי שמחה בביאת גואל צדק בב"א.
ארום 10:40 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר אברהם יעקב בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל, נאך מעריב איז דער ציבור אריבער שלום נעמען פון רב, דערביי האט זיך פארמירט א שמועס מיט עטליכע בחורים תלמידי ישיבה קטנה דרך התורה וואו דער רב האט זיי אויסגעפרעגט וויאזוי ס'גייט די לימודים אין ישיבה און נאך, דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אין קרית יואל.
שפעטער האט זיך דער רב צווישן אנדערע באטייליגט ביים שמחת הוואכנאכט לבן הנולד אצל מוה"ר משה דוד דאווידאוויטש הי"ו וואס איז פארגעקומען אין שטוב פון אביו הר"ר חיים אלעזר שליט"א מנהל בישיבה קטנה סניף אבני צדק קרית יואל, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער סנדקאות, און נאך שיינע ענינים בעניני ברית'ן, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בעלי שמחה ברכות לרוב.
די וואך שבת וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וויילן אין שטאט ווילאמסבורג, עס וועט נישט פארקומען קיין התוועדות ליל שב"ק, של"ס וועט דער רב פראווענען געהעריג בבית מדרשינו הגדול.
זמן הדלקת הנרות: 7:46. סוף זמן קרי"ש: 8:55. זמן מוצאי שבת: 9:13.
דער רב האט נאכגעזאגט דעם ייטב לב אין די הקדמה וואס ער זאגט אז ער מאכט דעם ספר הק' ייטב לב ווייל ער וויל קענען משפיע זיין ישועות פאר אידן לאחר פטירתו, און דורכדעם וואס ס'וועט זיין שפתותיו דובבות בקבר וועט ער קענען משפיע זיין, האט דער רב אויסגעפירט אז די ייטב לב אליינס וויל דאך, נו אויב אזוי, זאל ער טאקע משפיע זיין ישועות ורפואות למען הכלל והפרט.
דער רב האט ווייטער ממשיך געווען ארומצורעדן איבער די כח פון צדיקים, און ווי מ'קען פועל'ן ישועות, און אויסגעפירט מיט א קול געשטיקט פון טרערן, כ'וויל דערמאנען די נעמען אין אזא מקום קדוש, מ'איז ארויף צו די ציונים פון רבינו יקותיאל יהודה בן הרה"ק ר' אלעזר ניסן, רבינו חנני' יו"ט בן הרה"ק ר' יקותיאל יהודה, רבינו משה יוסף בן הרה"ק ר' יקותיאל יהודה, רבינו חיים צבי בן הרה"ק ר' חנני' יו"ט, מ'גייט זונטאג ארויפגיין צום ציון פון רבינו משה בן הרב ר' צבי, זאל מען זיי זאגן וואס פאר א כח זיי האבן אויבן אין הימל, וועלן זיי אויס'פועל'ן ישועות למען הכלל והפרט.
דער רב האט פארציילט פילע עובדות וסיפורים פון ישועות וואס מ'האט געזעהן ביי צדיקים סיי בשעת זיי האבן געלעבט און אפי' היינטיגע צייטן, דערביי האט דער רב נאכגעזאגט פונעם אך פרי תבואה אז ער האט געזעהן ווי דער הייליגער ישמח משה זי"ע שטייט אויסגעשטרעקט און בענטשט יעדן וואס קומט צו זיין ציון ברכת כהנים, און איז אוודאי משפיע כל טוב.
דער רב האט פארציילט א מעשה פלא וואס האט זיך אפגעשפילט אין די נישט ווייטע פארגאנגנהייט ביים נסיעה פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בשנת תשנ"ח, ווען נאך שחרית אין שטאט איהעל האבן די שטוב מענטשן געוואלט אז דער רבי זאל קודם עסן, אבער דער רבי האט תיכף געוואלט ארויפגיין צום ציון, די שטוב מענטשן האבן אריינגעשיקט די עסן מיט א אינגערמאן, דער ברך משה האט יענעם פארגעהאלטן "וואס ברענגסטו מיך אריין עסן, כ'בין דען געקומען צום עסן?! איך וויל קודם גיין צום ציון",
האט דער אינגערמאן אנגעהויבן צו וויינען און זיך אויסגעגאסן די הארץ אז ער איז געקומען פאר א ישועה, ער איז שוין חתונה געהאט זעקס יאר און ער האט נאכנישט קיין קינדער, האט אים דער רבי געזאגט 'דו ביסט א געהאלפענער! דו וועסט זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך!' איינער פון די רבי'ס קינדער איז צוגעגאנגען צום אינגערמאן זאגן אז ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט פון טאטן אזא לשון, שפעטער ביים ליינען די קוויטלעך ביים ציון האט דער אינגערמאן אויך געשיקט זיין קוויטל וואו עס איז געשטאנען זיין נאמען לזש"ק, האט זיך דער רבי אנגערופן 'איך האב אים שוין געזאגט אז ער איז א געהאלפענער', איבריג צו זאגן אז א יאר דערויף האט ער געהאט א קינד, האט דער רב אויסגעפירט אז די וואך האט די מעשה געהאט א המשכה, ווען נאך א לענגערע צייט ווארטן פאר א דור שלישי קומט דעם שבת קודש פאָר די קידוש פאר זיין ערשטע אייניקל ביומא דהילולא פונעם ישמח משה.
דער רב האט ארומגערעדט איבער וויפיל צרות אידן מאכן נעבעך מיט, און ארויסגעברענגט אז מ'האפט ווען מ'קומט דא לייגט מען אראפ אלע פעקלעך און מ'פועל'ט אויס אלעס גוטס, און אויסגעפירט זאל דער אויבערשטער העלפן אז ס'זאל טאקע אזוי זיין, מ'זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס און אהיימפארן דא לאזנדיג אלע פעקלעך פון צרות און יסורים, און מיטנעמען אלע השפעות טובות.
דער רב האט זיך באדאנקט פאר די עסקנים וואס האבן זיך אריינגעלייגט אין אויפבויען דעם בנין הביהמ"ד דא אין שטאט סיגוט, און פאר די נגידים וואס זענען געשטאנען צו הילף דורכאויס די גאנצע צייט, וואס דורכדעם איז צושטאנד געקומען אזא הערליכע מקום, און דערביי ארויסגעברענגט אז ווען מ'איז דא געווען אפאר יאר צוריק האט מען געדארפט גיין אין מקוה אין טייך, און שלאפן אין אן אלטע גוי'אישע האטעל, און אויסגעפירט אז די צדיקים האבן זיכער הנאה און זענען מכיר טובה פאר אלע וואס האבן צוגעהאלפן דערצו.
דער רב האט מיט א התרגשות ארויסגעברענגט ווי מ'זעהט די שיינקייט פון 'סאטמאר', אז ס'איז געווען אכט אידן וואס האבן אוועקגעגעבן זייערע פלעצער אויפ'ן פליגער וויבאלד אנדערע אידן האבן געהאט א פראבלעם מיט'ן פליגער, אפי' זיי האבן נישט געוואוסט ווען זיי אליינס וועלן אנקומען, דאס האט דער רבי ז"ל אונז אויסגעלערנט, און זיי האבן זיכער גע'פועל'ט אפי' זיי זענען נישט דא געווען ביים עלי' לציון.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן עולם, און אויסגעפירט אז מען זאל שוין בקרוב ממש זוכה זיין צו דעם גרויסן זמן ווען דער טאטע זאל זיין געזונט וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו בהתרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן.
*
תיכף נאכ'ן שיעור פרקי אבות האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד אינעם שוהל הויף, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.
= דעטאלירטע תמצית פונעם שיעור פרקי אבות וואס הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א האט פארגעלערנט דעם פארגאנגענעם שבת קודש פרשת מטו"מ אין עיר האבות סיגוט יע"א =
אום 7:30 שבת קודש נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען אינעם היכל הביהמ"ד אין שוהל הויף צום שיעור פרקי אבות.
שטייענדיג באותו מקום שדרשו רבותינו הקדושים דרשות נלהבות פאר צענדליגער יארן אריינצושיינען דעם דרך החסידות בליבות בני ישראל און מעורר צו זיין אידישע הערצער צו תשובה ותיקון המעשים, האט דער רב ממשיך געווען די עבודת הקודש פון זקיניו הקדושים און בדברים היוצאים מן הלב נאכגעזאגט פון זייערע ספרים הקדושים דברי התעוררות לתשובה ותיקון המעשים, און ארומגערעדט במשנתו של בעל ההילולא.
די היכל הביהמ"ד איז געווען פול מן הקצה אל הקצה נאך וואס אלע אידן וואס האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א זענען זיך צוזאמענגעקומען לשמוע את דבר השם יוצאים מפי ממלל רברבן דער רב שליט"א, אויבן אן האבן זיך אנגעזעהן אלע רבני ודייני קהילתינו הק' וואס האבן געוויילט אויף שבת אין שטאט.
דער רב האט מיט א מתיקות'דיגע שפראך ארומגערעדט בדברים הצריכין חיזוק, און אריינגעבלאזן א פרישע חיות צו שפירן א טעם אין עבודת השם, אין אלע הינזיכטן.
דער רב האט זיך געשטעלט אויף די ווערטער 'ועמך כולם צדיקים לעולם יירשו ארץ נצר מטעי מעשה ידי להתפאר', און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע אופנים.
א - דער זיידע ז"ל דער ייטב לב זאגט אז באמת וואלט דער אויבערשטער נישט אנגענומען וואס מ'בעהט פאר גשמיות, אבער ווען 'א איד' בעהט פאר גשמיות, פריידט זיך דער אויבערשטער ווייל 'ער וויל' משפיע זיין גוטס פאר אידן, דער רב האט נאכגעזאגט דעם לשון קדשו פונעם ייטב לב באתרא דמר, אז מיט'ן כח פונעם מרא דאתרא וועט דער אויבערשטער טאקע מוזן אזוי פסק'ענען און משפיע זיין ישועות ורפואות פאר אידן, דער רב האט מאריך געווען מיט עטליכע נקודות ארויסברענגענדיג ווי חביב די אידן זענען ביים אויבערשטן און אז 'ער וויל' משפיע זיין גוטס, דער רב האט געטייטשט 'לעולם יירשו ארץ' מ'קען בעטן אויף גשמיות, 'מעשה ידי להתפאר' ווייל דער אויבערשטער טוט זיך אויף מיט די אידן און ער וויל זיי געבן גוטס.
ב - מ'זעהט אין די גמ' אז שלמה המלך האט מתפלל געווען אז א גוי'ס תפילה זאל דער אויבערשטער אייביג אויסהערן, ווייל א איד איז ממילא נישט קורא תגר ווייל ער ווייסט אז דער אויבערשטער מיינט זיין גוטס, האט דער רב געטייטשט 'לעולם יירשו ארץ' מ'קען בעטן אויף גשמיות, ווייל א איד ווייסט אז 'מעשה ידי' דאס וואס קומט ארויס פון ביידע הענט, אפי' פון די לינקע וואס ווייזט אויף דין, 'להתפאר' איז באמת גוטס, ווייל א איד איז נישט קורא תגר.
ג - דער זיידע ז"ל דער ייטב לב זאגט אז אידן זענען געגליכן צו שמן זית, אזויווי ביי זיתים קומט די אויל נאר ארויס דורך כתישה, אזוי אויך ביי אידן, דורכדעם וואס דער אויבערשטער שטויסט אידן, מ'האט צרות, ווערט מען מער ערליך, האט דער רב געטייטשט, 'מעשה ידי' פון ביידע הענט, 'להתפאר' קומט ארויס גוטס, אפי' פון די לינקע וואס ווייזט אויף דין, ווייל דורכדעם ווערן אידן ערליך.
דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם גרויסן כח פון צדיקים, גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהם, א צדיק בלייבט לעבן, מ'קען נאך גיין צו זיין ציון און פועל'ן ישועות ורפואות.
דער רב האט אויסגעשמועסט אז ס'איז דא צוויי וועגן וויאזוי מתפלל צו זיין ביי קברי צדיקים, א - בעטן פונעם אויבערשטן בזכות דעם צדיק, ב - מ'בעהט פונעם צדיק זאל פועל'ן ביים אויבערשטן, אבער ס'איז דא א דיון אין די פוסקים צו דאס הייסט אז מ'איז 'דורש אל המתים' וואס דאס איז אסור, אבער מזקנים אתבונן אז מ'האט יא געבעטן דעם צדיק, און דער רב האט געברענגט עטליכע ראיות דערצו.
א - אמאל ווען דער זיידע ז"ל דער ישמח משה האט געדארפט א ישועה, האט ער געשיקט א קוויטל צום ציון פונעם הייליגן רמ"א זי"ע, האט דער ישמח משה געזאגט אז מ'זאל אים גיין זאגן ביים ציון, "כ'קען די טבע פון משפחה אז זיי זענען בעלי ענוה, אבער מ'פסק'ענ'ט ווי דיר, דו האסט א גרויסע כח אויבן אין הימל", און דער ישמח משה האט געטייטשט 'יבואו ויגידו צדקתו' אױב מ'קומט צו א צדיק פארציילן זיין צדקות, 'לעם נולד' איז אפי' אין די שפעטערדיגע דורות, 'כי עשה' קענען זיי מאכן ניסים.
ב - ווען אליהו הנביא איז געגאנגען צו די אבות הקדושים ביים חורבן הבית האט ער געפרעגט "פארוואס שלאפט עטס?", ער האט נישט געבעטן דעם אויבערשטן.
ג - דער זיידע ז"ל דער ייטב לב איז געגאנגען צום ציון פון זיידן ז"ל דער ישמח משה, און אים געזאגט "זיידע דו האסט דאך צוגעזאגט אז דו וועסט ברענגען משיח, מ'האלט שוין אזויפיל יארן שפעטער ועדיין לא נושענו".
אום 9:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, פאר'ן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר הבחור הבר מצוה ב"ר אליעזר טעללער הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי תפילת שחרית אינעם הייליגן קוויטל שטוב פון הרה"ק ר' ישעי'לע מ'קערעסטיר זי"ע, און ביים זיך אומקוקן אויף די בוי ארבעט ביים נייעם הכנסת אורחים פארגאנגענעם זונטאג אין שטאט קערעסטיר אין אונגארן.
מוצאי שבת אין די שפעטע נאכט שעה'ן אום 1:45 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט פון עיר האבות סיגוט אין רומעניע אויפ'ן וועג קיין קערעסטיר וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט אין ר' ישעי'לע'ס הויז.
אינדערפרי איז דער רב געגאנגען אינעם ארטיגן מקוה, און דערנאך געדאווענט תפילת שחרית אינעם הייליגן קוויטל שטוב פונעם מופת הדור הרה"ק ר' ישעיל'ע מקערעסטיר זצ"ל.
נאך שחרית האט דער רב פוקד געווען דעם ציון הק' פון הרה"ק ר' ישעיל'ע זצ"ל, דער רב איז אריינגעקומען אינעם אוהל הק' און געצינדן ליכט, דערנאך האט דער רב געזאגט די מזמורי תהלים פון קאפיטל צ' ביז ק"ז און דעם יהי רצון בבכיות נוראות ובהתעוררות רב, דערנאך האט זיך דער רב משתטח געווען אויפ'ן ציון הק' פאר א לענגערע צייט.
שפעטער איז דער רב ארומגעגאנגען אין באגלייטונג פון די רבני ועסקני המקום ובראשם הרב ר' אלי' גרויס שליט"א מ'קערעסטיר בערבעשט ובנו הרב ר' ישעי' שליט"א יו"ר התאחדות אברכים דקהילתינו הק' וומ"ס זיך אומצוקוקן אויף די בוי ארבעט ביים נייעם הכנסת אורחים וואס ווערט יעצט געבויעט גלייך דערנעבן פון ר' ישעי'לע'ס הויז, און דערביי געהערט א באריכט פון די פילע פעולות וואס ווערט געטוהן אויפ'ן פלאץ, און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
שפעטער פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען צום שטאט איהעל פוקד צו זיין ציון הק' פון זקינו הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע ממחרת ההילולא אין ראם פונעם נסיעה בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
מיר לייגן דא ארויף די באריכט פונעם מסיבת לחיים ומעמד הכנה לעלי' לציון הק' און אזוי אויך פון די עלי' לציון אין שטאט איהעל אהערגעשטעלט דורך מערכת בצל הקודש - ותשואת חן חן להם.
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויף צום בית החיים אין עיר האבות סיגוט יע"א פוקד צו זיין די ציונים פון זקיניו רבותינו הקדושים אשר מקום מנוחתם שם - בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינאיינעם מיט הונדערטער אנשי שלומינו מכל קצוי תבל וועלכע זענען געקומען פון דער נאנט און פון דער ווייט מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם נסיעה.
דער רב האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן נסיעה דורך אביו הגדול מרן רבינו שליט"א, אנגעהויבן פון פרייטאג אין שטאט סיגוט ביי די ציונים פון זקיניו - רבותינו הקדושים, הגה"ק בעל ייטב לב, בעל קדושת יו"ט, בעל עצי חיים זכותם יגן עלינו, און געפראוועט דעם געהויבענעם שבת בצל הקודש, דערנאך זונטאג אין שטאט איהעל ביים ציון פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיעוכי"א, און אין שטאט צאנז ביים ציון פון זקינו מרן הגה"ק בעל דברי חיים זיעוכי"א.
במשכ'ן גאנצן נסיעה האט זיך דער רב געפירט אויף א פריוואטע פארנעם מיטהאלטנדיג אלע מעמדים בראשות אביו הגדול מרן רבינו שליט"א, ביי די ציונים הקדושים איז דער רב געשטאנען אין א פריוואטע ווינקל און געזאגט די מזמורים תהלים מיט בכיות עצומות, און איינגעריסן למען הכלל והפרט להיפקד בדבר ישועה ורחמים.
מיר לייגן ארויף די באריכט פונעם מעמד עלי' לציון פרייטאג אינדערפרי אין שטאט סיגוט און דערנאך תפילת שחרית אינעם ארטיגן שוהל הויף אהערגעשטעלט דורך מערכת בצל הקודש - ותשואות חן חן להם.
במשכ'ן טאג האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ממשיך געווען מיט'ן נסיעה און ווייטער פוקד געווען די ציונים פון רבותינו הקדושים אין אייראפע.
ארום 9:00 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען לעיר האבות סיגוט אין רומעניע מיטצוהאלטן דעם מסע הקודש בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל די יומא דהילולא קדישא פונעם ראש השושילתא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיעועכי"א, דער רב האט תיכף געדאווענט תפילת מעריב אין בית המדרש אינעם שוהל הויף, און דערנאך אהיים לבית האכסניא.
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א נעכטן זונטאג אין שטאט איהעל אין אונגארן ביים מעמד בקשת רחמים איידער'ן עלי' לציון פונעם ראש השושילתא קדישא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיעועכי"א - אין ראם פונעם נסיעה למקומות הקדושים בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל יומא דהילולא קדישא.
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי פת שחרית אינאיינעם מיט די בני המשפחה פארגאנגענעם מיטוואך פרשת מטו"מ אין שטאט בישטינא אין אוקריינע, אין ראם פונעם פריוואטן נסיעה למקומות הקדושים.