🌴בצל מורינו🌴 = דינסטאג פרשת שופטים ~ א' דר"ח אלול =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ג ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 8:20 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.
אום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל, און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.
אינמיטן פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פאר א לענגערע צייט מיט א קענטיגע קורת רוח, דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 2:00.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים געהויבענעם שבת התוועדות פאר ביידע סניפים פון תלמידי ישיבות דרך התורה אין מחנה נייטרא אין לאקשעלדריק, ביים שבת אחים ערש"ק, און ביי של"ס. ~🌴~
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ב ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.
ארום 10:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו אמירת כל ספר תהילים.
אום 12:50 האט מען אנגעהויבן די סדר אמירת יום כיפור קטן כנהוג אום ער"ח אלול, דער רב האט געזאגט מיט א שטארקע התעוררות ובכי בפרט ביי אמירת ווידוי דרבינו נסים וואו דער רב האט מאריך געווען בבכיות, בעל תפילה: הרה"ח ר' אפרים פריעדמאן הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 1:35, און דער ציבור איז אריבער שלום נעמען פונעם רב, דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
ארום 3:30 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ב - מ"ד, דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד ארום 4:30.
ארום 8:15 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה נייטרא צו תפילת מנחה, ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
דער רב האט זיך געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות, מ'האט געזינגען אודה און שיר המעלות.
נאכ'ן זמן ר"ת האט מען אויסגעלאשן די לעקטער אינעם היכל הביהמ''ד, און מען האט פאר א לענגערע צייט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.
דערנאך האט די רב אנגעהויבן די פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה וואו דער רב האט פאר א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי מוסר והתעוררות, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק "עשר תעשר את כל תבואת זרעך היוצא השדה שנה שנה", און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע אופנים. דער רב האט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים, און מיט בכיות נוראות ארומגערעדט איבער די ימי הרחמים והרצון הבאים לקראתינו לשלום, דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'האלט שוין שבת מברכים חודש אלול, מ'דארף קוקן וואו מ'שטייט אויף דער וועלט, מ'דארף איבערטראכטן וויפיל מ'האט קונה געווען דאס יאר, און וויאזוי מען האט עס אויסגענוצט.
צווישן אנדערע האט דער רב נאכגעזאגט דעם עבודת ישראל אויף די גמרא 'כדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק', און ארויסגעברענגט אז ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט תשובה צו טוהן, מ'טאר זיך ח"ו נישט מייאש זיין, אין שום יאוש בעולם כלל, מאי דהוה הוה מכאן ואילך חושבנא, עס איז נאך געבליבן א קורצע צייט ביזן יום הדין, מען דארף עס זעהן אויסצונוצן און זיך צוגרייטן וויאזוי ס'דארף צו זיין.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מען זאל שוין בקרוב ממש זוכה זיין צו דעם גרויסן זמן ווען דער טאטע זאל זיין געזונט וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו בהתרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן.
מ'האט געזינגען קה אכסוף, און דערנאך ידיד נפש, קל מסתתר.
דער רב געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: הר"ר יואל אפענהיים שליט"א מנהל הישיבה סניף א'.
מ'האט געדאווענט תפילת מעריב, דערנאך האט דער רב געמאכט הבדלה און מוציא געווען אלע בחורים, נאך הבדלה האט דער רב געזאגט ויתן לך, און די בחורים זענען אריבער נעמען הבדלה וויין, דערנאך האט דער רב געוואונטשן א גוטע וואך פאר'ן גאנצן ציבור צוזאמען, מען האט געענדיגט ארום 10:50, און דער רב איז אהיים לבית האכסניא אין מחנה ישיבה קטנה סניף באר התורה וומ"ס.
ארום 11:30 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג לביתו אין קרית יואל.
מ'האט אויפגעגעבן פירות, דערביי האט דער רב געזאגט אז "פלוימען איז א לשון פון פלאמען" װאס דאס איז מרמז אז ווען מען טוט א מצוה, דארף עס זיין מיט א פלאם און א ברען.
דערנאך האט מען געזינגען אז ביום השביעי, מ'האט געענדיגט ארום 2:00, און דער רב איז אהיים לבית האכסניא אין מחנה ישיבה קטנה סניף באר התורה וומ"ס.
= וביום השבת קודש =
אום 10:00 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה נייטרא צו תפילת שחרית, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות.
ביים ליינען איז דער רב געשטאנען ביים באלעמער כנהוג, דער רב האט עולה געווען שישי, און געמאכט א מי שברך פאר נכדי רבינו וועלכע לערנען אין די ישיבה, נאכ'ן ליינען האט דער רב ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.
תיכף נאכ'ן דאווענען איז פארקומען די קידושא רבא לרגל שלישי למילה לבן הנולד אצל הרב ר' יעקב משה מיטטעלמאן שליט"א - ר"מ בישיבה סניף א', דער רב האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, און עס האט זיך פארמירט א שמועס בעניני ברית מילה, דער רב האט מכבד געווען דער בעל שמחה אויפצוטרעטן מיט א דרשה לכבוד השמחה, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה און פאר'ן גאנצן ציבור.
דערנאך האבן די תלמידי הישיבה באגלייט דעם רב לחדר הפרטי, אויפ'ן וועג האט זיך פארמירט א שמועס ווי צווישן אנדערע האבן די בחורים געפרעגט צו מען מעג גיין צו רבי'ס פון אנדערע קהילות קדושות בישראל, דער רב האט געענטפערט 'אוודאי', מ'דארף זעהן וויאזוי אנדערע פירן זיך, ס'איז זייער כדי אז בחורים זאלן גיין און כאפן א בליק אויף ערליכע אידן.
ארום א דריי פערטל שעה שפעטער איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צום סעודת יום שבת קודש, דער רב האט זיך געוואשן צום סעודה, מ'האט אויפגעגעבן די פיש, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני שבת פאר א לענגערע צייט, מ'האט אויפגעגעבן די אייער, דער רב האט פארטיילט א שטיקל אייער פאר די נכדי רבינו וועלכע לערנען אין די ישיבה.
מ'האט געזינגען חי השם און דערביי האט דער רב געזאגט אז דער זיידע ז"ל דער הייליגער ישמח משה פלעגט שטארק אריינקאכן אין דעם ניגון.
מ'האט אויפגעגעבן פצעי, און דער רב האט מסביר געווען דעם ענין פון עסן דעם מאכל אום שבת קודש, און אזוי אויך דער ענין פון עסן העלזל פרייטאג צונאכטס, אז ביי די שבת'דיגע סעודה ברענגט מען ארויף אפי' די חלקים פונעם בהמה וואס זענען גארנישט ווערד, און דאס קען די שבת קודש אויך מעלה זיין, און דאס קומט צו ווייזן אז אפי' א איד איז בשפל המצב, דורך דעם שבת קודש קען מען זיך אייביג אויפהייבן.
דערביי האט דער רב פארציילט אז דער זיידע ז"ל דער ברך משה פלעגט דאס נישט עסן, און איינמאל ווען דער טאטע זז"ג און דער שוויגער האבן געגעסן די סעודה ביי רבינו הקוה"ט זי"ע, און ביי די פצעי האט דער רבי ז"ל געפרעגט צו זיי עסן דאס, האבן זיי געענטפערט אז נישט ווייל זיי ווייסן נישט וויאזוי מ'מאכט דאס, דער רבי ז"ל האט זיי דאן אויסגעלערנט וויאזוי מ'מאכט עס, און זינט דאן האט מען עס אנגעהויבן צו עסן יעדע וואך, דער רב האט פארטיילט דערפון און געהייסן די בחורים מ'זאל דאס עסן.
מ'האט ממשיך געווען מיט די זמירות שבת קודש, און דערנאך אויפגעגעבן די טשולענט, דער רב אנגעהויבן דעם וויזניצ'ע מזמור לדוד מיט א שטארקע קאך און ברען, און דערנאך א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון דעם ניגון.
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הר"ר יואל ניימאן שליט"א - מנהל הישיבה סניף ב', מ'האט געענדיגט ארום 3:30, און דער רב איז אהיים לבית האכסניא אין מחנה ישיבה קטנה סניף באר התורה וומ"ס.
🌴בצל מורינו🌴 = שבת קודש פרשת ראה - שבת מברכים חודש אלול ~ שבת התוועדות אינאיינעם מיט די קרוב צו צוויי הונדערט תלמידי ישיבת דרך התורה פון ביידע סניפים אין מחנה נייטרא אין לאקשעלדריק =
ערש"ק אום 6:45 נאכמיטאג איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה וואו עס איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים פאר די תלמידי ישיבת דרך התורה, מ'האט געזינגען פילע ניגוני שבת, צווישן אנדערע האט דער רב אויסגעלערנט דעם וויזניצ'ע ניגון אויף מזמור לדוד ה' רועי לא אחסר וואס מ'האט איבערגעזינגען דריי מאל נאכאנאנד, דערנאך האבן די גבאים מתלמידי הישיבה איבערגעגעבן פאר'ן רב א מתנה - א זילבערנע בשמים האלטער, וואס איז געקויפט געווארן בהשתתפות פון אלע תלמידי הישיבה, און דער רב האט זיך באדאנקט.
דער רב האט געצינדן די נרות שבת בהיכל הביהמ"ד, און דערנאך אריין בחדר הפרטי.
= ליל שבת קודש =
ארום 8:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, דער רב האט פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות און שטארק מאריך געווען ביי הויכע שמו"ע בבכיות ובהשתפכות הנפש, ביי קבלת שבת האט דער רב פארגעזאגט מזמור לדוד הבו לה' פסוק בפסוק כמנהג סיגוט בקול אדיר בלהבות אש קודש, נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, און דער רב איז אריין בחדר הפרטי.
אום פופצן מינוט נאכ'ן גוט שבת זאגן איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צום סעודת ליל שבת קודש, דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שבת קודש, און דערנאך קידוש געמאכט מיט גרויס התלהבות און מוציא געווען אלע בחורים.
פאר די פיש האט דער רב ארומגערעדט איבער די זכי' צו וויילן מיט די תלמידים אויף שבת, און געבעטן די בחורים מיטצוהאלטן דעם גאנצן שבת מתחילה ועד סוף נישט אויסלאזנדיג גארנישט, פון וואס מ'וועט זיכער ארויסגיין מיט א מורא'דיגע דערהויבנקייט וואס וועט באגלייטן אויף א גאנץ לעבן.
דער רב האט זיך באדאנקט פאר די בחורים וועלכע האבן זיך איבערגעגעבן בלב ונפש פאר די הכנות פונעם שבת אז אלעס זאל קלאפן, און אלעס מסדר געווען על צד היותר טוב ווי מ'זעהט טאקע יעצט, און ארויסגעברענגט אז א גרויס חלק פון די הצלחה פונעם שבת ווענדט זיך אין דעם.
דער רב האט ארויסגעברענגט לשבח ווי מ'הערט כסדר צוריק גוטע גריסן פון די תלמידי הישיבה פון ביידע סניפים, די שכנים ישיבת באר התורה געבן כסדר איבער ווי איידל די בחורים דא פון סניף א' פירן זיך אויף, הרב ר' מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א וואס האט פארהערט די ישיבה סניף ב' האט איבערגעגעבן א גריס ווי גוט די בחורים האבן געקענט, און וויאזוי מ'ליגט אין תורה, און נאך.
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט בשבח פון די תלמידי הישיבה סניף א' וועלכע האבן זיך אונטערגענומען קבלות טובות לרגל חודש אלול, ובפרט איבער דעם ענין פון נישט רעדן פאר'ן דאווענען וואס דער רב האט פארלאנגט בעבר ביי די וועכנטליכע באזוכן אין די ישיבות, דער רב האט זיך באדאנקט פאר די גבאים וועלכע זענען ארומגעגאנגען צוזאמצונעמען די קבלות פון די בחורים, און עס אריינגעברענגט אינדערהיים פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט.
דער רב האט ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידי הישיבה סניף ב' וואס האבן געענדיגט פילע מסכתות הש"ס אין די אייגענע זייטיגע צייטן בין כותלי הישיבה, און דער רב האט מיט התרגשות ארויסגעברענגט די שמחה וואס מ'האט געהאט ווען מ'האט געפראוועט דעם סיום אויף די מסכתות אינאיינעם מיט די פילע מסיימים דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מ'האט אויפגעגעבן די פיש, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר אלע בחורים.
די זמירות שבת קודש האט דער רב אליינס אנגעהויבן, מ'האט געזינגען כל מקדש און מנוחה ושמחה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי דרוש ופלפול על הפרשה אין די סוגיא פון 'מצות עשה שהזמן גרמא'.
דער רב האט מכבד געווען די בחורים צו זינגען א מארטש, דערנאך האט דער רב האט פארציילט עובדות וסיפורים פון מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע לרגל די פינף און פערציגסטע הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן דעם פארגאנגענעם פרייטאג - כ"ו אב, און אזוי אויך עובדות וסיפורים פון הרה"ק בעל נועם אליעזר מ'סקולען זצ"ל וועמענס יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג - כ"ט אב ער"ח אלול.
מ'האט אויפגעגעבן די איבריגע מאכלי שבת, און דערנאך האט מען געבענטשט, מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הר"ר יואל אפענהיים שליט"א מנהל הישיבה סניף א', דערנאך האט דער רב אנגעהויבן קה אכסוף און ממשיך געווען מיט'ן באקאנטן וויזניצ'ע ויהיו רחמיך.
מארגן מאנטאג פרשת שופטים ערב ראש אלול וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג צו אמירת כל ספר תהילים אום 10:45 אינדערפרי, דערנאך אום 12:45 וועט מען זאגן תפילת יום כיפור קטן. ~🌴~
דעם שבת קודש וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וויילן אין לאקשעלדריק נ.י. וואו דער רב וועט פראווענען א 'שבת התוועדות' פאר ביידע סניפים פון ישיבת דרך התורה וועלכע שטייען תחת דגלו והדרכתו פונעם רב שליט"א.
די שבת התוועדות קומט פאר אין מחנה נייטרא וואו עס האלטן זיך אויף אין די יעצטיגע טעג די תלמידי ישיבת דרך התורה סניף א'.
דער רב וועט דאווענען אלע תפילות שבת קודש אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אזוי אויך פראווענען די סעודות שבת קודש וואו דער רב וועט משמיע זיין דברי תורה ודברי הדרכה מאור תורתו הבהיר פאר די תלמידים.
דער רב וועט האבן די אכסניא אינעם דערנעבנדיגן קעמפ - מחנה ישיבה קטנה סניף באר התורה וומ"ס.
ביי שלש סעודות וועט מען ספעציעל צולייגן נאך עטליכע רייעס זיצן אינעם היכל הביהמ"ד צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור אנשי שלומינו פון אלע ארומיגע געגנטער וואס קומען מיטהאלטן די דברי כיבושין ביים פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה מפי ממלל רברבן דער רב שליט"א, די GPS אדרעס פונעם קעמפ איז: 612 Hurlyvilla Rd, Loch Sheldrake, NY 12759
= זמנים לשבת קודש פרשת ראה ~ לאקשעלדריק נ.י. = זמן הדלה"נ: 7:20. סוזק"ש: 9:05. זמן מוצש"ק: 8:45.
= זמני התפילות והסעודות = תפילת מנחה וקב"ש: 8:00. סעודת ליל שבת קודש: אום פופצן מינוט נאכ'ן גוט שבת זאגן. תפילת שחרית יום שבת קודש: 10:00. נאכ'ן דאווענען וועט פארקומען א קידושא רבא לרגל שלישי למילה לבן הנולד אצל הרה"ג ר' יעקב משה מיטטעלמאן שליט"א - ר"מ בישיבה סניף א'. סעודת יום שבת קודש: אום פופצן מינוט נאכ'ן קידושא רבא. מנחה וס"ג: 8:00.
אום 10:00 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית, פאר'ן דאווענען האט דער רב געצינדן פינעף אויל ליכט ביים עמוד לרגל די יומא דהילולא קדישא פון מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע, בעל תפילה: מוה"ר יואל וויינבערגער הי"ו, מ'האט געענדיגט ארום 11:00, און דער איז אהיים לביתו אין קרית יואל.
ארום 3:15 נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין לאקשעלדריק נ.י. וואו דער רב וועט פראווענען א געהויבענע שבת התוועדות פאר ביידע סניפים פון ישיבת דרך התורה וועלכע שטייען תחת דגלו והדרכתו פונעם רב שליט"א.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"א ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין ווילאמסבורג, ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.
ארום 6:00 איז דער רב אנגעקומען צום שטוב פון הרה"ג ר' ישראל אברהם הערשקאוויטש שליט"א - ר"מ בישיבת דרך התורה סניף ב' וואו עס איז פארגעקומען א סיום אויף עטליכע מסכתות הש"ס וואס תלמידי הישיבה האבן מסיים געווען, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים, און דערנאך טועם געווען מזונות, פיש, און קוגל.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די חשוב'ע בחורים, דער רב האט גאר שטארק ארויסגעברענגט לשבח דאס וואס בחורים האבן פון זיך אליינס אין די אייגענע צייט גענומען אויף זיך צו ענדיגן א מסכתא אין ש"ס, אפי' עס איז דא א גרויסע יצר הרע אויף דעם, דער רב האט ארויסגעברענגט אז ברוך השם מ'זעהט אז בחורים האבן אזעלכע השגות, און אויסגעפירט אז הכרת פניהם ענתה בם די תענוג רוחני בעולם הזה וואס זיי האבן, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
מען האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין של שמחת התורה לרגל די סיום מסכתות, און דער רב האט פארטיילט מזונות פאר אלע בחורים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב, ארום 6:25 האט דער רב פארלאזט דעם סיום אויפ'ן וועג לביתו אין קרית יואל.
אום 6:45 איז דער רב אנגעקומען אין שאטער ב' בחצר בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך איז דער רב צוריק אהיים לביתו.
עס זענען אריין צום רב אינדערהיים די גבאים תלמידי ישיבת דרך התורה סניף א' וועלכע האבן אריינגעטראגן א קוויטל כוללת פון אלע תלמידי הישיבה וואס האבן זיך אונטערגענומען נישט צו רעדן פאר'ן דאווענען במשך חודש אלול לאור די קריאת הקודש ביים דרשה וואס דער רב האט משמיע געװען פארגאנגענע וואך בין כותלי הישיבה איבער דעם ענין.
ארום 9:00 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, דערנאך האט דער רב מיטגעהאלטן דעם צענטראלן יארצייט סעודה לכבוד הילולת מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זיעועכי"א בראשות ממלא מקומו וממשיך דרכו אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
נאכ'ן סעודה איז דער רב אנגעקומען צום שמחת הוואכנאכט לבן הנולד אצל מוה"ר יעקב בהר"ר יודא בער טעללער הי"ו - משמש ויד ימין הרב שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון אשת חיל, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים צינדן ליכט לע"נ מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע היינט פרייטאג פאר תפילת שחרית ביים עמוד בהיכל בית מדרשינו הגדול אין ק"י. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים סעודת הילולא פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע במעמד אלפי אנשי שלומינו אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי תפילת מעריב מיט אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איידער די שלחן הטהור וסעודת הילולא פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א קומט יעצט אן בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל זיך צו באטייליגן ביים צענטראלן יארצייט סעודה לכבוד הילולת מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זיעועכי"א בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
אום 9:15 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית, נאך תפילת שחרית זענען די תלמידי הישיבה אריבער זיך געזעגענען, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.
ארום 10:30 פארמיטאג האט דער רב פארלאזט דעם מחנה אויפ'ן וועג למעונו אין ווילאמסבורג, נאכ'ן וויילן די לעצטערע זוממער וואכן אין מחנה ישיבה לצעירים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
אום 9:15 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.
אום 7:40 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מנחה, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.
אום 9:45 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מעריב.
נאך תפילת מעריב האט דער רב משמיע געווען א פייערדיגע דרשה וואו דער רב האט צום ערשט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די ענין פון חזרה, די וויכטיגקייט דערפון, און נאך, דערנאך האט דער רב ארומגערעדט בגודל מעלת וקדושת הזמן פון חודש אלול, און מאריך געווען בעניני תשובה ותיקון המעשים.
דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט אז דאס יאר ווען מען קומט אהיים פון קעמפ, וועט מען נאך זיין אין ישיבה גאנץ חודש אלול, און די טעג וואס זענען מיוחד צו ווערן נענטער צום אויבערשטן טארן חס ושלום נישט פארוואסערט ווערן, דעריבער וועט מען אויסשטעלן א סדר החזרה איבערצוגיין נאך צוויי גאנצע פרקים פון מס' בבא מציעא וואס מ'לערנט אין ישיבה, און סוף יאר וועט פארקומען א גרויסארטיגן 'פומבי' פארהער צוזאמען מיט די עלטערן פון אלע תלמידי הישיבה, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר אלע תלמידי הישיבה, און אז מ'זאל אהיימפארן לשלום.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א וואו ער האט פארגעלייגט די סדר החזרה, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.
דעם שבת קודש פרשת ראה וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פראווענען א 'שבת התוועדות' פאר ביידע סניפים פון ישיבת דרך התורה וועלכע שטייען תחת דגלו והדרכתו פונעם רב שליט"א.
די שבת התוועדות וועט פארקומען אין מחנה נייטרא אין לאקשעלדריק נ.י. וואו עס האלטן זיך אויף אין די יעצטיגע טעג די תלמידי הישיבה סניף א'.
דער רב וועט האבן די אכסניא אין דעם דערנעבנדיגן קעמפ - מחנה ישיבה קטנה סניף באר התורה וומ"ס.
דער רב וועט דאווענען אלע תפילות שבת קודש אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אזוי אויך פראווענען די סעודות שבת קודש וואו דער רב וועט משמיע זיין דברי תורה ודברי הדרכה מאור תורתו הבהיר פאר די תלמידים.
אום 9:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.
ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען צו עקזיט 7 (וויליס) אין מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים ד'סאטמאר אין מאנטיסעלא נ.י. וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה וואס קומט פאר יעדע וואך אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ל"ט - מ"א, מ'האט געענדיגט ארום 1:45, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק צו מחנה ישיבה לצעירים.
ארום 5:45 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אינעם מאונטען וואד קאנטרי אין סאוט פאלסבורג צום שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן צום ביהמ"ד אינעם קאנטרי נדבת הרה"ח ר' מענדל מאיר ברז"ל גליק הי"ו, דער רב האט איבערגענומען דעם ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רב מכבד געווען דעם חשובן נדבן ובניו שיחי' צו ממשיך זיין מיט די ריקודין מיט'ן ספר תורה, און אריינלייגן די ספר תורה אין ארון הקודש, דאן האט דער רב פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, דערנאך איז דער רב אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' מענדל מאיר הי"ו וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס איבער פארשידענע מנהגים ביי הכנסת ספרי תורה, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן נדבן און פאר די גאנצע משפחה.
ארום 7:00 איז דער רב אנגעקומען צוריק צו מחנה ישיבה לצעירים, אום 7:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מנחה, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.
אום 9:45 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מעריב, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.
ארום 7:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה, ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
נאך תפילת מנחה איז פארגעקומען א סדר הלימוד פאר די תלמידי הישיבה, דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך אהיים לביתו אינעם מחנה.
ארום 8:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט זיך געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות, מ'האט געזינגען אודה און שיר המעלות.
נאכ'ן זמן ר"ת האט מען אויסגעלאשן די לעקטער אינעם היכל הביהמ''ד, און מען האט פאר א לענגערע צייט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.
דערנאך האט די רב אנגעהויבן די פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה וואו דער רב האט פאר א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי מוסר והתעוררות, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'והסיר ה' ממך כל חולי וכל מדוי מצרים הרעים אשר ידעת לא ישימם בך ונתנם בכל שונאיך', און געפרעגט עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה. דער רב האט ארויסגעברענגט אז א קרענק קומט אויף א איד װעגן די עבירות וואס מ'טוט, אבער באמת איז א איד אייביג צובראכן בשעת'ן טוהן אן עבירה, אזויווי דער הייליגער רבי ר' זושא האט געזאגט אז ער האט נאך קיינמאל נישט געזעהן קיין גאנצע מלאך פון א איד'ס עבירה, משא"כ א גוי טוט אן עבירה בשמחה אזויווי דער זיידע דער הייליגער ישמח משה זי"ע האט געטייטשט 'תבוא כל רעתם לפניך' אז ביי גוים איז די רעה גאנצערהייט, די מלאך פונעם עבירה איז גאנץ אן קיין פעלער,
דער רב האט געטייטשט אז דאס איז געווען די חילוק פון די אידן און די מצריים ביי קריעת ים סוף, די ים האט גע'טענה'ט מה נשתנו אלו מאלו, האט דער אויבערשטער געענטפערט, די אידן האבן עס נאר געטוהן ווייל די מצריים האבן זיי איבערגערעדט, און זיי האבן עס געטוהן מיט א צובראכן הארץ, און די מלאך דערפון איז נישט געווען גאנץ, משא"כ די מצריים.
דער רב האט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים, און מיט בכיות נוראות ארומגערעדט איבער די ימי הרחמים והרצון הבאים לקראתינו לשלום, דער רב האט ארויסגעברענגט אז ס'קומט שוין חודש אלול, מ'דארף קוקן וואו מ'שטייט אויף דער וועלט, מ'דארף איבערטראכטן וויאזוי מען האט פארבלענדעט דעם יאר, וויפיל מ'האט קונה געווען, עס איז נאך געבליבן א קורצע צייט ביזן יום הדין, מען דארף עס זעהן אויסצונוצן און זיך צוגרייטן וויאזוי ס'דארף צו זיין.
דער רב האט מרעיש עולמות געווען איבער די צרות ישראל, און נאכגעזאגט וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט אז מען וואלט קיינמאל נישט ארויסגעגאנגען פון ביהמ"ד ווען מ'ווייסט ווען וואס ס'קומט דעם יאר, דער רב האט ארומגערעדט אין די ענינים במשנתו פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע וואס די פינעף אין פערציגסטע הילולא קדישא געפאלט קומענדיגן פרייטאג כ"ו אב, דער רב האט נאכגעזאגט דעם באקאנטן משל פון הושענא רבה אז ווען א מלך קומט דארף מען ארויסגיין פארדעם מקבל פנים זיין, אז מ'דערמאנט זיך ווען דער מלך איז שוין דא, איז שוין צו שפעט, דער רב האט ארומגערעדט ווי דער רבי ז"ל פלעגט משתוקק זיין צו די גאולה, און ווי ער פלעגט איינרייסן פאר ביאת המשיח.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מען זאל שוין בקרוב ממש זוכה זיין צו דעם גרויסן זמן ווען דער טאטע זאל זיין געזונט וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו בהתרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן.
מ'האט געזינגען ידיד נפש, קל מסתתר, דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס.