🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י׳ אב תשפ״ד · Aug 14, 2024 · 12:43 AM
#197
= דינסטאג פרשת ואתחנן - יום תשעה באב =

אום 9:30 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג צו תפילת שחרית,
בעל תפילה: הרב ר' יוקל טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה - ויואל משה ק"י שליט"א.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: הרה"ח ר' אלימלך וואגשאהל הי"ו,
בעל קורא: הרב ר' יוקל טייטלבוים שליט"א,
כהן: הרה"ח ר' יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו - ק"י,
לוי: הרה"ח ר' אברהם יושע ב"ר יודל ווערצבערגער הי"ו,
שלישי - מפטיר: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' ישראל שעהר הי"ו,
גלילה: הרה"ח ר' מנשה פאלקאוויטש הי"ו,
דער רב האט געזאגט די ברכות ההפטורה, און פארגעזאגט די הפטורה בבכיות רב.

דערנאך האט דער רב געזאגט דעם קינות ליום תשעה באב בבכי ומספד,
עס האט פארגעזאגט הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו.

נאך די קינות האט דער רב געזאגט אשרי ובא לציון און עלינו,
מ'האט געענדיגט ארום 12:55, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג קיין בארא פארק.

ארום 1:30 איז דער רב אנגעקומען צום שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל הרה"ח ר' מרדכי יחזקאל ב"ר צבי חיים לעווי הי"ו וואס איז פארגעקומען אין בית המדרש דקהילתינו הק' אויף 10'טע עוו.,
ביים אנקומען האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי הלכה מיט הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ בקהילתינו הק' בארא פארק, מ'האט זיך א לענגערע צייט מפלפל געווען אין א מחלוקה פונעם טורי זהב מיט'ן מגן אברהם בהל' תשעה באב.

דערנאך איז פארגעקומען דעם ברית מילה וואו דער רב איז געווען סנדק,
דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן אבי הבן און פאר די זיידעס,
ארום 2:15 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג צוריק לביתו אין וויליאמסבורג.

אום 6:30 איז דער רב אריינגעקומען אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, און געזאגט די ד' פרשיות, און משלים געווען דעם שיר של יום, און קוה.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי - מפטיר,
דערנאך איז דער רב ארויף בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט רבינו תם תפילין,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד ארום 7:20 אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

אום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול,
עס האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפלה למשה דקהלתינו הק' אין ב"פ,
ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד, און דערנאך אהיים לביתו.

אום 10:00 איז דער רב אנגעקומען פארנט פון בית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט מחדש געווען די לבנה,
מען האט געזינגען 'טובים מאורות' און ממשיך געווען מיט 'יבנה המקדש', און דער רב האט אנגעוואונטשן 'א גוטן חודש' פאר אלע ארומיגע,
דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג צוריק לביתו.

= ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה =

א גוטע נאכט.
👁 25