🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ט׳ אב תשפ״ד · Aug 13, 2024 · 8:46 PM
#196
= מאנטאג פרשת ואתחנן =

אום 9:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול,
און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו וואו דער רב האט געגעסן די סעודת המפסקת.

= ליל תשעה באב =

אום 9:20 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' שמעי' פריעדלענדער הי"ו.

נאך תפילת מעריב האט דער רב געזאגט מגילת איכה און די קינות לליל תשעה באב בבכי ומספד,
עס האט פארגעזאגט הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו,
מ'האט געענדיגט אום 10:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
👁 19