🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat
זמני
היום
ד' פרשת וירא, י"ז חשון תשפ"ז
עלות השחר6:09
נץ החמה7:21
סוף זמן ק"ש (מג"א)9:24
סו"ז ק"ש (גר"א)10:00
סוף זמן תפלה (מג"א)10:29
סו"ז תפלה (גר"א)10:53
חצות היום12:40
שקיעת החמה5:57
צאת (ר"ת)7:09

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ט״ז חשוון תשפ״ז · Oct 27, 2026 · 1:44 PM
#3584
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת וירא =

אין די פארטאגס שעה'ן איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.

ארום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און נאכן דאווענען פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אין די פארמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל צו מפאר זיין בראש ביים שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה צוגעשטעלט לכבוד החתן הרב יואל שליט"א - מחשובי יוצאי תלמידי הישיבה בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.

ארום 1:45 איז דער רב אנגעקומען צום שבע ברכות,
הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה,
דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אויפגעטראטן מיט דברי ברכה, און ארויסגעברענגט לשבח נכדו החתן וואס איז די פירות פון די ישיבה און דאס איז נאר מיט די כח פונעם רב שליט"א וואס לייגט אריין אזוי פיל כוחות אויפצוהייבן די ישיבה, און מסיים געווען מיט ברכות קדשו.

דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים און כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בעניני שמחת חתן וכלה, און ממשיך געווען מיט דברי שבח אויפן חתן וואס איז פון די ערשטע תלמידים פון די ישיבה, און מזעהט ב"ה וואס איז אויסגעוואקסן טאקע דורך די ווענט פון ישיבה, און איז א שטאלץ פאר די ישיבה, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

מיטן בענטשן האט דער רב מכבד געווען גיסו הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
און מיט די שבע ברכות כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין ריקודין לכבוד השמחה צום ערשט מיטן חתן, דערנאך מיט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און מיט גיסו הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, און מיט די גאנצן אויבנאן,
מען האט געענדיגט ארום 3:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.

אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.

נאך מעריב האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר יצחק יואל גאלדבערגער שליט"א און הרה"ג ר' יצחק יאזשעף שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' אין די זאלן פון אולם פרענקל, און דער רב האט געליינט תנאים.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 82
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ט״ו חשוון תשפ״ז · Oct 26, 2026 · 10:32 PM
#3580
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה צוגעשטעלט לכבוד החתן הרב יואל שליט"א - מחשובי יוצאי תלמידי הישיבה בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א היינט אין די פארמיטאג שעה'ן בהיכל הישיבה.
~🌴~
👁 102
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ט״ו חשוון תשפ״ז · Oct 26, 2026 · 4:01 PM
#3579
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת וירא =

ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00,
און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 5:30 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און אריין בחדרו הפרטי וואו עס איז פארגעקומען קבלת קהל פאר אנשי שלומינו תושבי וויליאמסבורג, לויט די פרישע איינשטעל לטובת אנ''ש מיט אפיציעלע זמנים מיוחדים איינצוליידענען צו שמחות און אדורכצושמועסן לעצה ולברכה,
מען האט געענדיגט ארום 6:40.

דערנאך האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר פישל האלפערט הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר משה ליפא פרידריך הי"ו אין די זאל פון אימפעריאל.

שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר נחום הלוי קלאגסברוין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל פייערווערקער הי"ו - ק"י אין די זאל פון דעקאריום,
ביים שבע ברכות פון החתן בן הרה"ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' עב"ג הכלה בת מוה"ר נחמי' ב"ר יודל ווערצבערגער הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל בר"מ בראך הי"ו און מוה"ר יוסף יושע גאלדבערגער הי"ו אין די זאל פון ספינקא, און דער רב האט געליינט תנאים,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

ביים אנקומען אין וומ"ס האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון בן מוה"ר מרדכי יונה ווידער הי"ו אין די זאל פון אפעל גארדענס.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 103
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ט״ו חשוון תשפ״ז · Oct 26, 2026 · 4:01 PM
#3578
🌴בצל מורינו🌴 
= שבת קודש פרשת לך = 

ערש"ק ביים זמן הדלקה"נ איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריבער לביתו נאוה קודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א שע"י ביהמ"ד הגדול צו וואונטשן גוט שבת פאר אמו הרבנית הצדיקת תליט"א וועלכע איז געקומען אויף שבת לרגל די שמחה בחצרות קדשינו, שבת שבע ברכות פון החתן הרב יואל שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.

ארום 6:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד האט דער רב צוגעשיקט חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,  
מ'האט געענדיגט ארום 8:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= התוועדות ליל שבת קודש =  

ארום 10:10 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,  
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת, 
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו,
דער רב האט נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו, 
דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגוני שבת,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,  
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
און דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ומלכי צדק מלך שלם הוציא לחם ויין והוא כהן לאל עליון' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול.

מען האט אויפגעגעבן לעבער,  
קה אכסוף: הר"ר אלי' האראנטשיק שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה,
ויהיו רחמיך: הרב אלטר וואגשאהל שליט"א,
מיטן בענטשן האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יוסף ראזמאן הי"ו,  
דערנאך האט דער רב דערציילט עבודות וסיפורים פון הרה"ק ר' שלום מקאמינקא זי"ע וועמענס יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן שבת כ' חשון, און פון בנו הרה"ק ר' יהושע מקאמינקא זי"ע וועמענס יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מיטוואך י"ז חשון, 
מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
אויך איז פארגעקומען דעם שלום זכר לבן הנולד אצל ר' נחמי' בראך הי''ו, און ר' אלימלך לאנדא הי"ו,
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און דער רב האט געוואונטשן פארן בעלי שמחה,
אז ביום השביעי: מוה"ר ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 11:55, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית און פארגעזאגט ברכות, 
צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה יעקב ציממערמאן הי"ו.  

ביים ליינען איז פארגעקומען די באווארפן פון החתן יצחק מרדכי ב"ר אברהם שמואל שווארץ ני"ו,
דער רב האט עולה געווען שישי,
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 12:00.

נאכן דאווענען איז דער רב אריבער צו ביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק' וואו עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' נחמי' בראך הי"ו און דער רב איז געווען סנדק און געזאגט די ברכות וקריאת השם.

= רעוא דרעוין =

ארום 6:35 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו של"ס,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הר"ר חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק' ק"י,
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה לייב טרעגער הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט של"ס תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ומלכי צדק מלך שלם הוציא לחם ויין והוא כהן לאל עליון' און געטייטשט עטליכע דקדוקים בפרשה אויף עטליכע מהלכים,
דער רב האט ארומגערעדט דברי הדרכה אויפן ווינטער הבעל"ט און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 8:45.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 92
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ט״ו חשוון תשפ״ז · Oct 26, 2026 · 11:57 AM
#3571
🌴בצל מורינו🌴
מעמד 'חדר פירן' פאר נכד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הילד משה ני"ו בן הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א, פארגעקומען פארגאנגענעם דאנערשטאג נח בבנין הת"ת דמוסדתינו הק' בארא פארק בראשות די געהויבענע עלטער זיידעס כ"ק גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ שליט"א און הגה"צ ר"י בית מאיר שליט"א, און דער זיידע הגה"צ דער רב שליט"א.
~🌴~
👁 100
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ד חשוון תשפ״ז · Oct 25, 2026 · 1:38 PM
#3566
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן מוה"ר שלום משה פעלדמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יודל שעהר הי"ו - מנאמני בית הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א נעכטן מוצש"ק אין קרית יואל.
~🌴~
👁 115
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ד חשוון תשפ״ז · Oct 25, 2026 · 1:38 PM
#3565
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת לך =

אינדערפרי ארום 10:00 אזייגער האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 115
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ד חשוון תשפ״ז · Oct 25, 2026 · 1:38 PM
#3564
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת לך =

אין די פארטאגס שעה'ן איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים,
דערנאך האט דער רב געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.

ארום 8:50 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און נאכן דאווענען פארלאזט דעם בנין הישיבה.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הר"ר נחום שמשון שווארץ שליט"א - ק"י עב"ג הכלה בת הר"ר נתן נטע מאשקאוויטש שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף מבצר התורה אין די זאל פון אימפעריאל.

שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר הערשל אינדיג הי"ו און מוה"ר מנחם טייטלבוים הי"ו אין די זאל פון עטרת אסתר, און דער רב האט געליינט תנאים,
און ביים בר מצוה פון בן מוה"ר יואל עקשטיין הי"ו בן הגה"צ אב"ד בוענעס איירעס וומ"ס שליט"א אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים חתונה פון החתן בן הר"ר נחום שמשון שווארץ שליט"א - ק"י עב"ג הכלה בת הר"ר נתן נטע מאשקאוויטש שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף מבצר התורה אין די זאל פון אימפעריאל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 104
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ד חשוון תשפ״ז · Oct 25, 2026 · 1:38 PM
#3563
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת לך =

אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 2:45 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בהיכל הישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א אין קרית יואל המורחבת,
ביים אנקומען אין ישיבה האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

נאך מנחה איז דער רב ארויף אויפן ארון הקודש און משמיע געווען דעם דרשת פתיחת הזמן פאר די תלמידי הישיבה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף די פסוקים בפרשת השבוע, 'לך לך מארצך' וכו' און אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול,
דער רב האט ממשיך געווען בדברי מוסר והתעוררות בתורה עבודה וגמ"ח, און אויפגעפאדערט די בחורים זיך צו צושטעלן צו אלע סדרי ולימודי הישיבה,
דערביי האט דער רב ארומגערעדט און מחזק געווען דעם סדר הלימוד בישיבה פון שו"ע הלכות בשר וחלב, און דער רב האט מעורר געווען צו לערנען אויך הלכות שבת, און דער רב האט מודיע געווען אז דער רב וועט יעדן מיטוואך קומען אין ישיבה פארלערנען סימן ש"ח,
דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב אז זאל זיין א מוצלחדיגע זמן און שטייגן בתוי"ש, ביז מען וועט זוכה זיין מקבל צו זיין פני משיח צדקינו און דעם טאטן זז"ג בראשינו בב"א.

מען האט געענדיגט ארום 4:15, און די בחורים זענען אריבער שלום נעמען,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר שמואל אהרן מיטטעלמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אשר גאנז הי"ו אין די זאל פון אימפעריאל.

שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון בן מוה"ר יואל יצחק שפיטצער הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים בר מצוה פון בן מוה"ר יצחק אפפעל הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר שלמה זלמן לעווי הי"ו און העסקן מוה"ר משה שלמה מארגערעטן הי"ו אין די זאל פון לומינענס,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר שמואל אהרן מיטטעלמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אשר גאנז הי"ו אין די זאל פון אימפעריאל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 99
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י׳ חשוון תשפ״ז · Oct 21, 2026 · 12:05 PM
#3559
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת לך =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

ארום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול.

נאך מנחה ארום 6:30 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף אהבת התורה צום שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו, החתן נכד רבינו הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א - ר"מ בישיבה,
דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים און פאר די תלמידי ורמ"י הישיבה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה לכבוד השמחה בעניני שמחת חתן וכלה, און ממשיך געווען בדברי שבח פון דער מחותן הרה"ג המגי"ש שליט"א, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ לכבוד השמחה.

דערנאך האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יעקב שלום טרעגער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר בעריש גליק הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון בן מוה"ר יוסף זאב מויזקאפף הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יעקב שלום טרעגער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר בעריש גליק הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

ארום 10:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 194
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ט׳ חשוון תשפ״ז · Oct 20, 2026 · 10:37 PM
#3552
0:13 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי די דערהויבענע ריקודין ביים שמחת החתונה בחצרות קדשינו, החתן הרב יואל שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א נעכטן אויפדערנאכט בביהמ"ד הגדול וויליאמסבורג.
~🌴~
👁 135
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ט׳ חשוון תשפ״ז · Oct 20, 2026 · 8:28 PM
#3536
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת לך =

אין די פארטאגס שעה'ן איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים,
דערנאך האט דער רב געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.

ארום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכן דאווענען האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 5:45 איז דער רב אנגעקומען צום שמחת החתונה בחצרות קדשינו, החתן נכד רבינו הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א בן הגה"צ ר' שמואל צבי שליט"א מאלכסנדר וחתן הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א, די חתונה איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר בביהמ"ד הגדול וומ"ס בראשות הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד, און נאכן חופה האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין היכל תהילות יוסף,
ארום 2:15 פארטאגס האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד נאכן חתונה.

פארנאכטס ארום 6:55 איידערן מעמד החופה בחצרות קדשינו איז דער רב אריבער צום זאל פון גינת אסתר וואו דער רב האט מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר ליפא דרעזדנער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל בר"י קנאפפלער הי"ו.

רבינו שליט"א איז ארויס ארום 10:15 און אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול איז דער רב אריין צו רבינו שליט"א אינאיינעם מיט די נייע מנהלים וועלכע זענען נתמנה געווארן די זמן אין צוויי סניפים פון די ישיבות קטנות אין וומ"ס, הרה"ג ר' שמחה רובין שליט"א בן הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אלץ מנהל ישיבה סניף נזר התורה, און הרה"ג ר' חיים דוד פאנעט שליט"א בן האדמו"ר מקארלסבורג מאנטריאל שליט"א אלץ מנהל ישיבה סניף חכמת התורה,
דערביי האט דער רב איבערגעגעבן א באריכט ווי די נייע זמן האט זיך אנגעהויבן מיט גרויס הצלחה אין די 6 סניפי ישיבה קטנה און אין ישיבה לצעירים, ובפרט די גרויסע הצלחה פון די צוויי נייע מנהלים,
דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די נייע מנהלים און אנגעוואונטשן פארן רב און פאר די חברי הנהלת ממלכת התורה.

דערנאך איז דער רב אריבער זיך באטייליגן ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יעקב דוב מאליק ע"ה עב"ג הכלה בת מוה"ר אוריאל פיש הי"ו אין די זאל פון הדר ריזל,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר ליפא דרעזדנער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל בר"י קנאפפלער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

דערנאך ארום 10:40 איז דער צוריקגעקומען בהיכל הביהמ"ד און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין צום ערשט מיטן חתן הרב יואל שליט"א - מחשובי יוצאי תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה, דערנאך מיט גיסו הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, און מיט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און אלע אנדערע מחותנים און זיידעס שליט"א.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 134
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ט׳ חשוון תשפ״ז · Oct 20, 2026 · 8:28 PM
#3535
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת לך =

מוצש"ק פרשת נח ארום 9:45 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בביתו החדש פון מוה"ר משה דוד דאווידאוויטש הי"ו אין ק"י,
דער רב האט קובע געווען א מזוזה, און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואין פון הכלה בת הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף אבני צדק ק"י,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר מוה"ר משה דוד הי"ו, פארן חתן, מחותנים, און אלע אנוועזנדע,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.

אינדערפרי ארום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.

ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00,
און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן ר"ת אין ביהמ"ד הגדול,
נאך מעריב האט דער רב געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד.

שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל משה ציק הי"ו און מוה"ר מרדכי ארי' שפיטצער הי"ו אין די זאל פון אפעל גארדענס,
ביים בר מצוה פון בן מוה"ר ליפא גרויס הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים בר מצוה פון בן מוה"ר ליפא גאטליעב הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 118
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ט׳ חשוון תשפ״ז · Oct 20, 2026 · 8:28 PM
#3534
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת נח =

אינדערפרי ארום 7:30 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך שחרית האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק צום שמחת החאלאקע פונעם אייניקל, הילד משה ני"ו בן לבנו הרה"ג ר' יואל שליט"א חתן הגה"צ אב"ד לינסק ב"פ שליט"א, וואס איז פארגעקומען בבית בנו שליט"א,
דער עלטער זיידע כ"ק גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ שליט"א האט אפגעשוירן עטליכע האר, דערנאך האט דער רב אפגעשוירן עטליכע האר, און דערנאך די מחותן הגה"צ אב"ד לינסק שליט"א, און די איבריגע בני המשפחה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רב האט אנגעוואונטשן פאר הילד ני"ו, פאר בנו הרה"ג ר' יואל שליט"א און פאר חותנו כ"ק בארא פארק'ע רב שליט"א.

נאכ'ן אפשערן איז מען אריבער צום בנין התלמוד תורה דמוסדתינו הק' וואו עס איז פארגעקומען דעם מעמד 'חדר פירן', פאר אלע תלמידי כתה א',
וואו דער רב האט משמיע געווען דברי תורה לכבוד די שמחה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע קינדער,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן צוריק קיין וויליאמסבורג.

פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול,
נאך מנחה האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל בר"ד כהן הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר הערשל פעקעטע הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל בר"ד כהן הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר הערשל פעקעטע הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר יוסף שמואל פילעפף שליט"א און מוה"ר הערשל ווייס הי"ו אין די זאל פון בעדפארד פאראדייס.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט געוויילט אויף שב"ק בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל די שמחה בחצרות קדשינו, שמחת עלי' לתורה פון החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן גיסו חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 127
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ט׳ חשוון תשפ״ז · Oct 20, 2026 · 12:47 PM
#3533
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יעקב דוב מאליק ע"ה עב"ג הכלה בת מוה"ר אוריאל פיש הי"ו נעכטן אויפדערנאכט אין די זאל פון הדר ריזל.
~🌴~
👁 132
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ט׳ חשוון תשפ״ז · Oct 20, 2026 · 3:34 AM
#3531
0:23 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
0:14 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי די דערהויבענע ריקודין ביים שמחת החתונה בחצרות קדשינו, החתן הרב יואל שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א היינט אויפדערנאכט בביהמ"ד הגדול וויליאמסבורג.
~🌴~
👁 162