🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״א אב תשפ״ד · Aug 25, 2024 · 2:40 AM
#207
= מיטוואך פרשת עקב =

אום 9:00 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

ארום 6:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל, און דערנאך אהיים לביתו אין קרית יואל.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי עטליכע שמחות פון אנשי שלומינו אין קרית יואל.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום טשעסטער געגענט אין קרית יואל,
ארום 8:30 איז דער רב איז אנגעקומען אין ישיבת דרך התורה סניף ב' בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים,
מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רב האט מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה, וואו דער רב האט צווישן אנדערע ארומגערעדט איבער די ענין פון מאכן ברכות, וויאזוי א חסידישע בחור דארף מאכן א ברכה, און ארויסגעברענגט אז א איד לעבט נישט פאר די עסן, די גאנצע סיבה פארוואס מען עסט, איז נאר כדי מ'זאל קענען מאכן א ברכה,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 9:25.

פון דארט איז דער רב צוגעפארן צום שמחת הוואכנאכט לבן הנולד אצל מוה"ר חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון אשת חיל,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה.

ארום 10:00 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין שיכון סקווירא צו באשיינען די שמחת החתונה פון החתן בן הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן דודו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, עב"ג הכלה בת הרב ר' מרדכי גאלדמאן שליט"א מזוועהיל.
דער רב איז אנגעקומען ארום 10:40 און זיך באגריסט מיט די חשוב'ע רבנים שליט"א אויפ'ן אויבנאן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים, און די חשוב'ע זיידעס שליט"א ובראשם האדמו"ר מסקווירא שליט"א,
דער רב האט פארלאזט דעם שמחת החתונה ארום 11:00 אויפ'ן וועג קיין ווילאמסבורג.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 14