🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ב אב תשפ״ד · Aug 16, 2024 · 7:33 PM
#198
= מיטוואך פרשת ואתחנן =

אום 9:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול אין ווילאמסבורג.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל,
דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין קרית יואל,
צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת הבר מצוה פון בן הרבני הנגיד ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו פון וומ"ס,
ארום 10:00 איז דער רב אנגעקומען צו די זאלן פון גינת קליין אין קרית יואל צום שמחה,
דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בר מצוה בחור, און פאר'ן טאטן הרבני הנגיד ר' יוסף מרדכי און פאר די זיידעס,
דערנאך האט דער רב משמיע געװען דברי תורה לכבוד השמחה,
דערביי האט דער רב ארויסגעברענגט לשבח ווי ר' יוסף מרדכי געט זיך אזויפיל אוועק פאר די קהילה, און וויפיל צדקה וחסד עס גייט ארויס פון אים טעגליך,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

א גוטע נאכט.
👁 20