= רעוא דרעוין =
ארום 7:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
נאך תפילת מנחה איז פארגעקומען א סדר הלימוד פאר די תלמידי הישיבה, דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך אהיים לביתו אינעם מחנה.
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט זיך געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט ארומגערעדט אז מ'שטייט שוין גאר נאנט צו די טעג פון ראש השנה, און מ'דארף זעהן אריינצוכאפן, דער רב האט ארויסגעברענגט פאר די תלמידי הישיבה אז דעם יאר ראש השנה איז ספעציעל וויכטיג פאר זיי, ווייל אין די קומענדיגע יאר גייען שוין זיין חתנים אי"ה, און אין דעם ראש השנה גייט עס ווערן אנגעשריבן.
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
מ'האט געזינגען אודה און שיר המעלות.
נאכ'ן זמן ר"ת האט מען אויסגעלאשן די לעקטער אינעם היכל הביהמ''ד, און מען האט פאר א לענגערע צייט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.
דערנאך האט די רב אנגעהויבן די פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה וואו דער רב האט פאר א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי מוסר והתעוררות,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'כי תוליד בנים וגו', בצר לך ומצאוך וגו', עץ ואבן וגו', ובקשתם משם את ה' אלוקיך ומצאת' און געפרעגט עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
דער רב האט געטייטשט אז 'עץ ואבן' מיינט אז אפי' ווען מ'גייט טוהן מצוות אין גלות פארטריקנטערהייט אזויווי האלץ און שטיין, מיט דעם אלעם וואס מ'גייט זיך אזוי שלעכט פילן און אפי' ס'איז נאר א קלייניגקייט, טוט עס אויף גאר גרויסע זאכן אויבן אין הימל און ס'איז מורא'דיג חשוב ביים אויבערשטן,
דער רב האט זיך געשטעלט אז אויב מ'זוכט עפעס איז עס נישט קיין מציאה, נאר וואס דען, מיר האבן א הבטחה פונעם אויבערשטן 'פתחו לי פתח כחודו של מחט ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם', און אז מ'זוכט אפי' נאר א קלייניגקייט, העלפט דער אויבערשטער און ס'ווערט שפעטער פון דעם א גרויסע זאך.
דער רב האט נאכגעזאגט דעם משל וואס רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע האט נאכגעזאגט איין יאר אום הושענא רבה פונעם באר מים חיים, אז ס'איז געווען א מלך וואס האט געהאט א בן יחיד, און ווען ער האט זיך אויסגעלערנט צו זאגן 'טאטע' האט ער זיך זייער געפריידט, שפעטער האט ער אים אויסגעלערנט אסאך חכמות, אבער נאכדעם האט זיך דער בן מלך גע'חבר'ט מיט שלעכטע חברים און ער האט אלעס פארגעסן, און ווען ער האט געוואלט צוריקקומען האט ער נאר געדענקט וויאזוי צו זאגן 'טאטע', האט ער געזאגט פאר'ן מלך, געדענקסט נאך וויאזוי דו האסט דיך געפריידט אלץ קליין קינד ווען איך האב נאר געקענט זאגן 'טאטע', איז אויב אזוי נעם מיר יעצט אויך צוריק אפי' כ'קען נאר זאגן 'טאטע',
דער רב האט ארויסגעברענגט אז אפי' מ'שטייט שוין שנת תשפ"ד, ווי שוואך מ'איז נאר, אבער מ'געדענקט נאך דעם אויבערשטנס נאמען, האט דער רב געטייטשט 'ובקשתם משם' וויאזוי קען מען צוקומען צום אויבערשטן, ווייל ה' אלוקיך, מ'געדענקט נאך דעם אויבערשטנס נאמען, ומצאת, קען מען אים טרעפן.
דער רב האט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים, און מיט בכיות נוראות אויפגעוועקט די פינטעלע אין א יעדע אידיש הארץ איבער די ימי הרחמים והרצון הבאים לקראתינו לשלום, לבוחן לבבות ביום דין לגולה עמוקות בדין, אויב מען האט אן אמת'ן הרהור תשובה, זעהט עס דער אויבערשטער,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'שטייט שוין שנת תשפ"ד, די יאר איז שוין כמעט אדורך, מ'דארף איבערטראכטן וויאזוי מען האט פארבלענדעט דעם יאר, וויפיל מ'האט קונה געווען,
אבער מ'טאר זיך ח"ו נישט מייאש זיין, אין שום יאוש בעולם כלל, מאי דהוה הוה מכאן ואילך חושבנא, מ'דארף קוקן וויאזוי ס'איז געווען,
עס איז נאך געבליבן א קורצע צייט ביזן יום הדין, מען דארף עס זעהן אויסצונוצן און זיך צוגרייטן וויאזוי ס'דארף צו זיין.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מען זאל שוין בקרוב ממש זוכה זיין צו דעם גרויסן זמן ווען דער טאטע זאל זיין געזונט וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו בהתרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן.
מ'האט געזינגען ידיד נפש, קל מסתתר, דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס.
מ'האט געדאווענט תפילת מעריב, דערנאך האט דער רב געמאכט הבדלה און מוציא געווען אלע בחורים,
נאך הבדלה האט דער רב געזאגט ויתן לך, און די בחורים זענען אריבער נעמען הבדלה וויין,
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 11:30 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
א גוטן טאג.

👁 16