🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ב אב תשפ״ד · Aug 16, 2024 · 7:34 PM
#199
= דאנערשטאג פרשת ואתחנן =

נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט ביים אנקומען אין וויליאמסבורג ארום 12:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין בית המדרש בנין בראך דקהילתינו הק'.

היינט דאנערשטאג אום 9:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול אין ווילאמסבורג,
פאר'ן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יחיאל מיכל בר"ש פריעדמאן הי"ו,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בר מצוה בחור און פאר'ן טאטן,
דער רב האט ארומגערעדט בגודל קדושת התפילין, און געבעטן דעם בר מצוה בחור זיך אונטערצונעמען נישט צו רעדן מיט קיין תפילין.

ארום 5:30 נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל,
ארום 7:40 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל,
און דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו די קעטסקיל'ס.

ארום 9:00 איז דער רב אנגעקומען אינעם ראוז גארדען זאל אין סאוט פאלסבורג נ.י. וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת הבר מצוה פאר הבחור בן הרה"ח ר' אשר גאנז הי"ו,
דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בר מצוה בחור פאר'ן טאטן און פאר די זיידעס,
דער רב האט פארלאזט דעם זאל ארום 9:10 אויפ'ן וועג צו מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי נ.י. וואו דער רב וועט וויילן אויף שבת קודש.

תיכף ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד אינעם מחנה.

א גוטע נאכט.
👁 19