🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ח אלול תשפ״ה · Sep 11, 2025 · 10:59 AM
#2017
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת כי תבא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ס"ז ע"ב - ס"ח ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:55 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 9:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול,
און דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:10.

אום 8:00 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב משתתף געווען ביי די שמחות פון אנשי שלומינו,
ביים שמחת החתונה פון החתן בן הר"ר אברהם אלי' אליעזר האלבערשטאם שליט"א - ב"פ, עב"ג הכלה בת הר"ר מנחם נפתלי טייטלבוים שליט"א - רב דקהל ישועות חיים טשענסקאוויץ, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר וואלף לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל לעפקאוויטש הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון קאנטינענטאל,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר הילל קליין הי"ו און מוה"ר מרדכי הערש רעטעק הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון כתר צבי, דער רב האט געליינט די תנאים,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר חיים יהושע בראך הי"ו און מוה"ר שמחה פנחס פריעדמאן הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון אהל לאה, דער רב האט געליינט די תנאים,
און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר ישראל רובין הי"ו און מוה"ר יואל ב"ר יצחק ראכליץ הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל,
דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 162
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ז אלול תשפ״ה · Sep 10, 2025 · 6:30 PM
#2016
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת כי תבא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ס"ז ע"ב - ס"ח ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:50 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 9:10 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול,
און דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 10:50.

אום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר חיים לעפקאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל יצחק שפיטצער הי"ו אין די זאלן פון גינת אסתר.

אום 9:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב משתתף געווען ביי די שמחות פון אנשי שלומינו,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר חיים לעפקאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל יצחק שפיטצער הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר ישראל שפיטצער הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 173
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ז אלול תשפ״ה · Sep 10, 2025 · 6:29 PM
#2015
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת כי תבא =

אום 9:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול,
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

ארום 11:30 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ס"ט ע"א - ע"א ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק,
ביים אנקומען אין ב"פ האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל ראזמאן הי"ו - וומ"ס, עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם שמעון קויפמאן הי"ו אין די זאלן פון עמינענס.

דערנאך ארום 8:25 איז דער רב אנגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין ב"פ אינאיינעם מיט בנו הגדול הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט, וואו דער רב האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח אויף די הונדערטער נבחנים ביים דריטן בחינה אינעם צווייטן מחזור ש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי,
דער רב איז ארומגעגאנגען צווישן די נבחנים פאר א לענגערע צייט, און זיך דערנאך געזעצט מאכן די בחינה וועלכע האט זיך פארצויגן פאר א שטיק צייט,
און דערנאך אנגעוואונטשן הרה"ח ר' יושע הערש גליק הי"ו - יו"ר הנהלת תורתך שעשועי ב"פ,
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד.

נאך מעריב האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג וואו דער רב האט זיך משתתף געווען ביי די שמחת פון אנשי שלומינו,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל פעלדמאן הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
און ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר מאיר יששכר קאהן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר וואלף אלעזר ווייזער הי"ו אין די זאלן פון דיקאריום.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 128
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ז אלול תשפ״ה · Sep 10, 2025 · 6:29 PM
#2014
= רעוא דרעוין =

ארום 7:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט די זמירות האט דער רב מכבד געווען,
אודה: מוה"ר הלל שפיטצער הי"ו,
שיר המעלות: מוה"ר הירצקא ווייסמאן הי"ו.

דער רב האט געזאגט שלש סעודות תורה, און זיך געשטעלט אויף די פסוקים אין די וואכעדיגע פרשה, און עס אויסגעטייטשט מתובל בדברי מוסר וחסידות,
דערנאך האט דער רב א לענגערע צייט מאריך געווען איבער די גרויסקייט פון די טעג אין וואס מיר שטייען יעצט אום חודש אלול, און ארומגערעדט איבער דעם 'אשרי יושבי ביתך' וואס מען גייט זאגן אין א וואך ארום ביי סליחות, אז דעמאלטס זאגט מען עס שטייט און במתינות, אבער א גאנץ יאר ביי מנחה זענען דא וואס גייען אריין אין א שטיבל און מען כאפט זיך מיט ביי שמונה עשרה אדער אפי' גאר ביי נקדישך,
און ארויסגעברענגט אז מען קען נישט אזוי צוגיין צו סליחות און זיך אויסבעטן ביי אשרי ווען א גאנץ יאר ווערט עס פארוואסערט, און דערביי האט דער רב אויפגעפאדערט אז מען זאל זיך מקבל זיין קבלות טובות אין דעם ענין ביי אלע דריי תפילות, און א גאנץ יאר זאל מען דאווענען מיט מנין כאטשיג פון אשרי, און ספעציעל אין די ימי אלול ותשרי זאל מען דאווענען גאנץ קרבנות מיט מנין פון אנפאנג,
דער רב האט נאכגעזאגט די גמרא אז 'כל האומר תהילה לדוד ג' פעמים בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא', און ס'איז זיכער אז בזכות דעם וועט מען געהאלפן ווערן מיט א גוט געבענטשט יאר, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 9:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= מוצאי שבת קודש =

אויפ'ן וועג אהיים פון ביהמ"ד איז דער רב ארויף אויף א ניחום אבלים ביי משפחת גאטליעב הי"ו היושבים על פטירת אחיהם מוה"ר חיים משה גאטליעב ע"ה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 148
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ז אלול תשפ״ה · Sep 10, 2025 · 6:29 PM
#2013
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת כי תצא =

ערש"ק ארום 7:45 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 9:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 12:45 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען מוה"ר עקיבא ראזענבוים הי"ו,
דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק 'כי תצא למלחמה על אויביך ונתנו ה' אלקיך בידך ושבית שביו', און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול,
דערנאך האט דער רב אויסגעטייטשט די פסוקים בדרך אגדה ומוסר אז 'ונתנו ה' אלקיך בידך' גייט ארויף אויף יראת שמים וואס דער באשעפער האט אריינגעלייגט בידו פונעם מענטש אליינס צו ארבעטן דערויף אזויווי די גמרא זאגט הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים, און 'ושבית שביו' גייט ארויף שבת קודש,
דערביי האט דער רב ארומגערעדט גאר שטארק בענין קדושת שבת און באזונדער איבער די יראת שמים וואס איז געװען ביי רבותינו הקדושים און די צדיקים הקודמים א גאנץ יאר און ספעציעל אום חודש אלול, און ארויסגעברענגט וויאזוי א חודש אלול דארף אויסזעהן ביי אונז, און דעם אימת הדין וואס מיר דארפן האבן אין די יעצטיגע טעג, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מען האט אויפגעגעבן לעבער,
קה אכסוף: מוה"ר דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו,
ויהיו רחמיך: מוה"ר יצחק טובי' פריעדמאן הי"ו,
ברכת המזון: בנו הר"ר זלמן לייב שליט"א.

נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון רבותינו הקדושים וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן וואך.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אייזיק אפעלדארפער הי"ו,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 1:55, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי,
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מוסף,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
און דערנאך ארום 12:20 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
👁 134
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ד אלול תשפ״ה · Sep 7, 2025 · 9:03 PM
#2010
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים נעמען די דריטע בחינה אינעם צווייטן מחזור ש"ס בחבורת תורתך שעשועי, היינט פארנאכטס בהיכל בית מדרשינו הגדול אין ב"פ.
~🌴~
👁 170
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ד אלול תשפ״ה · Sep 7, 2025 · 10:51 AM
#2009
🌴בצל מורינו 🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי ניחום אבילים ביי משפחת גאטליעב היושבים ע"פ אחיהם הרה"ח ר' חיים משה גאטליעב ע"ה נעכטן מוצ"ש.
~🌴~
👁 201
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ד אלול תשפ״ה · Sep 7, 2025 · 9:45 AM
#2008
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת כי תצא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ס"ז ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א',
נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהלים כנהוג אום חודש אלול.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 158
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ד אלול תשפ״ה · Sep 7, 2025 · 9:45 AM
#2007
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת כי תצא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ס"ו ע"א - ס"ז ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

פאר'ן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל מוה"ר יושע וואלף גוטמאן הי"ו וואו דער רב איז געווען סנדק.

אום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד',
נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

אום 8:00 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד הגדול.

נאך מעריב איז דער רב אנגעקומען צום סעודת ברית לבן הנולד אצל מוה"ר יושע וואלף גוטמאן הי"ו אין שטוב פון אביו מוה"ר אברהם גוטמאן הי"ו.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הר"ר יעקב ישראל זילבער שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר יחזקאל דוד זינגער שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף אהבת התורה, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 144
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ד אלול תשפ״ה · Sep 7, 2025 · 9:44 AM
#2006
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת כי תצא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ס"ו ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א',
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

אום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בביהמ"ד הגדול.

דערנאך האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר שלמה פנחס שעהנברון הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר מאיר משה שפיטצער הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ב"ר יצחק ווייס הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת גאלדא,
און דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק אהיים לביתו אין וומ"ס.

ארום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד הגדול אין וומ"ס.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש,
ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר אהרן יקותיאל פריעדמאן שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר מאיר האלבערשטאם שליט"א - אב"ד קשאנוב וומ"ס ומו"ץ בקהילתינו הק', וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון לומינענס,
ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר ברוך בענדיט לויפער שליט"א - ב"פ, און הר"ר ישעי' גראס שליט"א, וועלכע איז פארגעקומען בבית המחותן דער אבי הכלה הר"ר ישעי',
און ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יצחק אהרן גאלדבערג הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם שמואל הלוי שווארץ הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון בעדפארד פאראדייס, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 152
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ד אלול תשפ״ה · Sep 7, 2025 · 9:44 AM
#2005
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת כי תצא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ס"ה ע"ב - ס"ו ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א',
נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

ארום 6:50 נאכמיטאג האט דער רב מסדר קידושין געווען בײ די חופות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים חופה פון החתן בן מוה"ר וואלף יאקאבאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר ברוך הערש ברייער הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון קאנטינענטאל,
און ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל משה ווערצבערגער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שלמה יוסף באש הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון אימפעריעל.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר בנציון וויינבערגער הי"ו מאנסי, עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים יעקב שעהנפעלד הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר.

אום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן ר"ת בביהמ"ד הגדול.

ארום 9:30 האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר אברהם דוד לעבאוויטש הי"ו, און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן הר"ר שמעון פריעדמאן שליט"א, און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר בנימין פריעדמאן הי"ו, וועלכע זענען פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר וואלף יאקאבאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר ברוך הערש ברייער הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון קאנטינענטאל,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל משה ווערצבערגער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שלמה יוסף באש הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון אימפעריעל,
און ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר דוד יודא גאלדבערגער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר ראובן יואל טובל הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון לומינענס.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 139
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ד אלול תשפ״ה · Sep 7, 2025 · 9:43 AM
#2004
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת כי תצא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ס"ה ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד',
נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

ארום 6:15 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יונה לעוו הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל מרדכי בערקאוויטש הי"ו, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון תפארת רבקה,
דערנאך איז דער רב אריבער אויף ניחום אבלים ביי משפחת יערמיאש היושבים ע"פ אביהם הרה"ח ר' גדלי' יערמיאש ע"ה.

פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג,
דער רב האט זיך באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר מנחם זאב שטערן הי"ו - ב"פ, עב"ג הכלה בת הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף נזר התורה, וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר.

ארום 8:55 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו וואס זענען פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר הלל הערשקאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ב"ר ישראל שפילמאן הי"ו,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר גרשון האפפער הי"ו,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר פנחס יואל פריינד הי"ו און מוה"ר וואלף ב"ר הערשל לאנדא הי"ו.

דערנאך איז דער רב אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי בני כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגוט זצ"ל היושבים ע"פ אביהם,
עס האט זיך פארמירט גאר א שיינע שמועס, דערביי האט האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט וומ"ס שליט"א איבערגעגעבן גאר א ווארעמע גריס פאר'ן רב פון די תלמידים פון ישיבה קטנה סניף דרך התורה וואס הכרת פניהם ענתה בם אז מ'רעדט פון עפעס אויסטערליש, און סיי װען מען האט געוויילט מיט א שטיק צייט צוריק צוזאמען מיט די ישיבה און סיי יעצט ווען ס'קומט אויס צו טרעפן די בחורים, דערקענט מען אז זיי זענען זרע ברך ה',
דער רב האט מנחם געווען די אבלים, און דערנאך פארלאזט.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר ליפא גראס שליט"א און הר"ר אלי' פאדווא שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון נזר יהודה, און דער רב איז אהיים לביתו.

ארום 10:30 איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביתו לרגל דעם התמנות פון הרה"ג המפורסם ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א אלץ דומ"ץ ביהמ"ד אור ישראל אלימלך ד'סאטמאר,
עס זענען געווען אנוועזנד די גבאי וראשי הביהמ"ד און עטליכע מתפללים.

דער רב האט משמיע געווען א דרשה און ארומגערעדט בשבח פונעם נייעם דומ"ץ הביהמ"ד זאגנדיג אז דאס איז גאר א גוטע אויסוואל, און עס איז דער פאסיגסטער באשלוס זייענדיג באקאנט מיט זיין כח ההוראה און כח להשפיע פאר טויזענטער שואלים ומקשיבים, וועט עס זיכער אסאך אויפטוהן פאר'ן ביהמ"ד און צוגעבן צום הערליכן בילד, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט הרה"ג ר' אברהם וואלף שליט"א אויפגעטרעטן און ארומגערעדט בשבח פונעם מתפללי ביהמ"ד און מסיים געווען מיט א תפילה להשי"ת שלא יצא מכשול מתחת ידיו.

דער רב געמאכט א לחיים און דערנאך מכבד געווען הרה"ג ר' אברהם וואלף שליט"א צו מאכן א לחיים, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב שתשרה שכינה במעשי ידיו און ער זאל האבן הצלחה ארויפצוברענגען דעם כבוד הביהמ"ד.

עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער מנהגי קידוש לבנה, דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המעמד, און מען האט זיך געזעגנט לשלום.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 119
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י׳ אלול תשפ״ה · Sep 3, 2025 · 11:08 PM
#2002
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת כי תצא =

ארום 9:50 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף ישמח משה קרית יואל בהנהלת הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א.

ארום 10:10 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו און געלייגט תפילין דר"ת.

דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
צום ערשט האט מען געזינגען עטליכע ניגונים,
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר די תלמידי ורמ"י הישיבה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה ודברי הכנה להימים נוראים הממשמשים ובאים און ארומגערעדט איבער די עבודה אין חודש אלול, און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז מען דארף וויסן אז דער יצר הרע איז דיין שונא און אזוי איז גרינגער אים צו בייקומען,
אזוי אויך האט דער רב ארויסגעברענגט אז יעדער דארף דינען דעם אויבערשטן לויט זיינע כשרונות און לויט זיין מהות, און מען טאר נישט ווערן צוקלאפט אז יענער קען טוהן מער ווי מיר, יעדער האט זיך זיין תפקיד, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

מ'האט געענדיגט ארום 12:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין קרית יואל.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן מוה"ר אלעזר ניסן פרידריך הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שלמה הערש קארנבלי הי"ו, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון כינור דוד.

אום 9:30 האט דער רב געדאווענט מעריב בביהמ"ד הגדול חדר יחזקאל,
נאך מעריב האט דער רב געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט א גרויסע ציבור אנ"ש,
דערנאך האט דער רב געוואונטשן א גוטן חודש פאר'ן גאנצן ציבור.

אום 10:10 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין וומ"ס,
ביים אנקומען האט זיך דער רב משתתף געווען ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל ברי"ד לעווי הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון כתר ריזל, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 183
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י׳ אלול תשפ״ה · Sep 3, 2025 · 9:35 AM
#1995
🌴בצל מורינו🌴
מסיבת לחיים לרגל די התמנות פון הרה"ג רבי אברהם וואלף שנעעבאלג שליט"א, לשרת בקודש בתור דומ"ץ ביהמ"ד אור ישראל אלימלך דקהילתינו הק', פארגעקומען פארגאנגענעם מאנטאג אויפדערנאכט בבית הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.
~🌴~
👁 377
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ט׳ אלול תשפ״ה · Sep 2, 2025 · 11:52 AM
#1984
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אויף ניחום אבלים ביי בני כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל נעכטן מאנטאג אויפדערנאכט בבית מדרש קרעטשניף סיגעט אין וויליאמסבורג
~🌴~
👁 180
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ח׳ אלול תשפ״ה · Sep 1, 2025 · 9:54 PM
#1982
דערנאך האבן די בחורים געהאט דעם געלעגנהייט אנצופרעגן שאלות בכל תחומי החיים בעבודת השם, און עס האט זיך פארצויגן 'שאלות ותשובות' פאר א לענגערע צייט,
דער רב האט במתק לשונו געענטפערט דבר דבור על אופניו בטוב טעם ודעת ברענגענדיג א בהירות און א קלארקייט אין פילצאליגע נושאים בעבודת השם,
במשכ'ן שמועס איז אויסגעשמועסט געווארן שאלות בעניני מסורה, תורה, דרך הלימוד, תפילה, עבודת השם, אהבת חברים, פרעמדע משפיעים, היינטיגע חסידים, נישט צו ווערן נאכגעשלעפט פון די גאס, זינגען ערליכע ניגונים, און נאך פיל.

דערנאך האט מען געבענטשט,
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הר"ר יואל ניימאן שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף שביל התורה,
מען האט געענדיגט ארום 4:15, און דער רב איז אהיים לביתו.

= רעוא דרעוין =

אום 8:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן און טועם געווען פון די פיש,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
און דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען בהתעוררות רב דברי תורה ודברי הכנה להימים נוראים הממשמשים ובאים און ארויסגעברענגט אז עס איז א זמן תשובה ותיקון המעשים און יעצט איז די צייט וואס מען דארף זיך אויפוועקן נישט מען זאל זיך דערמאנען ווען עס איז שוין צו שפעט,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז מען זאל זיך מקבל זיין קבלות טובות אויף דעם קומענדיגן יאר בדברים שבין אדם למקום און בדברים שבין אדם לחבירו, וואס ווען מען איז אין ישיבה דעם גאנצן טאג און מען שלאפט צוזאמען, קען אמאל געשעהן אז מען זאל זיך נישט אזוי גוט אויסקומען, דארף מען זעהן שטארק נזהר צו זיין בכבוד חבירו, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף דרך התורה.

נאך של"ס האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
דער רב האט געמאכט הבדלה און מוציא געווען אלע בחורים,
דערנאך האט דער רב געזאגט ויתן לך און די בחורים האבן געזינגען,
מ'האט געענדיגט ארום 11:30,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין קרית יואל.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 160
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ח׳ אלול תשפ״ה · Sep 1, 2025 · 9:54 PM
#1981
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת שופטים - ו' אלול יומדהל"ק של מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע - שבת התוועדות עם תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה וסניף שביל התורה - מחנה מאור התורה סאוט פאלסבורג נ.י. =

ערש"ק אין די נאכמיטאג שעה'ן איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אינעם מחנה וואו דער רב האט געפראוועט דעם גאנצן שבת קודש אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה קטנה פון ביידע סניפים.

ארום 6:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה וואו עס איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים פאר די תלמידי הישיבה פון ביידע סניפים,
ביים אריינקומען האט מען געזינגען עטליכע ניגוני שבת קודש,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי הכנה צום גרויסן שבת אין וועלכע מ'גייט יעצט אריין, דער רב האט ארויסגעברענגט אז מען דארף מאכן דעם ריכטיגן הכנה צו קענען קונה זיין פונעם שבת און ארויסנעמען וואס מ'דארף,
און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון א שבת קודש אין חודש אלול, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

אום 7:00 האט דער רב געצינדן די נרות שבת מיט א ברכה, און דערנאך אהיים לביתו אינעם מחנה.

ארום 7:35 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
דערנאך האט מען געדאווענט קבלת שבת ומעריב,
מזמור לדוד הבו לה' האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק כמנהג סיגוט,
נאכ'ן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט שבת, און דער רב איז אהיים לביתו.

= סעודת ליל שבת קודש =

ארום פופצן מינוט נאכ'ן גוט שבת זאגן אז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת ליל שבת קודש,
צום ערשט האט דער רב אנגעהויבן ווארעמע ניגוני שבת, און דערנאך ממשיך געווען מיט די זמירות,
דערנאך קידוש געמאכט מיט גרויס התלהבות און מוציא געווען אלע בחורים,
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן בנו הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א - אב"ד סיגוט.

דער רב האט זיך געוואשן און מ'האט אויפגעגעבן די פיש,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי הדרכה בעבודת ה' בדרך החסידות און ארויסגעברענגט די זכיה וואס מיר האבן אז מיר זענען סאטמאר'ע חסידים, און אזויווי דער רבי ז"ל האט זיך אויסגעדרוקט אז א סאטמאר'ער איד מיינט איינער וואס רירט זיך נישט קיין קוצו של יוד פונעם שו"ע,
דער רב האט אויפגעפאדערט ווייטער זיך צו האלטן צו די השקפה און מסורה שנמסר לנו מדור דור, און בפרט היינט ווען עס איז דא אזויפיל פרעמדע משפיעים וואס מ'קען נשפע ווערן פון זייערע פרעמדע השקפות, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מען האט אויפגעגעבן די זופ און פלייש, און די איבריגע מאכלי הסעודה,
מען האט געזינגען כל מקדש און מנוחה ושמחה און נאך ניגוני שבת,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די פסוקים בפרשת השבוע און עס אויסגעטייטשט בדרך פרד"ס, און ממשיך געווען מיט דברי הכנה לימים נוראים,
דערנאך האט מען געזינגען פילע ניגוני שבת וניגוני ימים נוראים.

מיט קה אכסוף האט דער רב מכבד געווען הרה"ח בערל לעווי הי"ו - וומ"ס,
דערנאך האט מען געבענטשט,
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען בנו הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א,
נאכן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות, און די חתנים מיוצאי ישיבה זענען אריבער נעמען פירות, און דערנאך האט מען פארטיילט פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן בעצם יום השבת קודש - ו' אלול,
דערנאך האט דער רב פארגעזינגען עטליכע ניגונים, צווישן אנדערע אודה לקל און אדיר הוא בעליונים,
מיט אז ביום השביעי האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' חיים מיכל שווארץ הי"ו - מנכ"ל,
מען האט געענדיגט ארום 2:10, און דער רב איז אהיים לביתו.

= וביום השבת קודש =

אום 5:00 פארטאגס איז דער רב געגאנגען אין מקוה אינעם מחנה און דערנאך אהיים לביתו,
ארום 10:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת שחרית,
הכל יודוך האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק כמנהג סיגוט,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי און דערנאך געמאכט א מי שברך פאר נכדי רביה"ק בעל ברך משה,
מען האט געענדיגט ארום 1:15, און דער רב איז אהיים לביתו.

= סעודת יום שבת קודש =

ארום 2:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת יום שבת קודש,
דער רב האט געמאכט קידוש, און דערנאך זיך געוואשן, און מ'האט אויפגעגעבן די פיש,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

מען האט מאריך געווען מיט ניגוני שבת קודש,
דערנאך האט מען אויפגעגעבן די אייער, און דער רב האט פארטיילט פון די אייער פאר נכדי רביה"ק בעל ברך משה, דערנאך האט מען אויפגעגעבן די טשולענט און די ווייטערדיגע מאכלי הסעודה.
👁 124
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ח׳ אלול תשפ״ה · Sep 1, 2025 · 1:58 PM
#1980
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת שופטים =


אינדערפרי האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וועלכע געפונט זיך אויפן רוט 208 אין קרית יואל המורחבת.

ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
מ'האט געענדיגט ארום 10:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין קרית יואל.

שפעטער נאכמיטאג ארום 2:30 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה ישיבת מאור התורה וואס געפונט זיך אין סאוט פאלסבורג, וואו דער רב וועט פראווענען דעם שבת קודש אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 129
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ח׳ אלול תשפ״ה · Sep 1, 2025 · 12:25 PM
#1979
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת שופטים =


ארום 7:40 נאכמיטאג האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת מנחה אין חדר אברהם יעקב בבית מדרשינו הגדול אין ק"י.

פארנאכטס האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וועלכע געפונט זיך אויפן רוט 208 אין קרית יואל המורחבת,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט גרויס קורת רוח,
ארום 9:20 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הישיבה.

דערנאך האט זיך דער רב האט ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו,
ביים שבע ברכות פון החתן בן הר"ר יואל הערש ליכטענשטיין שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר שלמה הערש סופר שליט"א - רב דקהל ארגענטינע ק"י,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יעקב מרדכי לוי טייטלבוים הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים לייב מארקאוויטש הי"ו אין די זאל פון כינור דוד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 127