🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת כי תצא =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ס"ה ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד',
נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
ארום 6:15 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יונה לעוו הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל מרדכי בערקאוויטש הי"ו, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון תפארת רבקה,
דערנאך איז דער רב אריבער אויף ניחום אבלים ביי משפחת יערמיאש היושבים ע"פ אביהם הרה"ח ר' גדלי' יערמיאש ע"ה.
פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג,
דער רב האט זיך באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר מנחם זאב שטערן הי"ו - ב"פ, עב"ג הכלה בת הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף נזר התורה, וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר.
ארום 8:55 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו וואס זענען פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר הלל הערשקאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ב"ר ישראל שפילמאן הי"ו,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר גרשון האפפער הי"ו,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר פנחס יואל פריינד הי"ו און מוה"ר וואלף ב"ר הערשל לאנדא הי"ו.
דערנאך איז דער רב אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי בני כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגוט זצ"ל היושבים ע"פ אביהם,
עס האט זיך פארמירט גאר א שיינע שמועס, דערביי האט האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט וומ"ס שליט"א איבערגעגעבן גאר א ווארעמע גריס פאר'ן רב פון די תלמידים פון ישיבה קטנה סניף דרך התורה וואס הכרת פניהם ענתה בם אז מ'רעדט פון עפעס אויסטערליש, און סיי װען מען האט געוויילט מיט א שטיק צייט צוריק צוזאמען מיט די ישיבה און סיי יעצט ווען ס'קומט אויס צו טרעפן די בחורים, דערקענט מען אז זיי זענען זרע ברך ה',
דער רב האט מנחם געווען די אבלים, און דערנאך פארלאזט.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר ליפא גראס שליט"א און הר"ר אלי' פאדווא שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון נזר יהודה, און דער רב איז אהיים לביתו.
ארום 10:30 איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביתו לרגל דעם התמנות פון הרה"ג המפורסם ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א אלץ דומ"ץ ביהמ"ד אור ישראל אלימלך ד'סאטמאר,
עס זענען געווען אנוועזנד די גבאי וראשי הביהמ"ד און עטליכע מתפללים.
דער רב האט משמיע געווען א דרשה און ארומגערעדט בשבח פונעם נייעם דומ"ץ הביהמ"ד זאגנדיג אז דאס איז גאר א גוטע אויסוואל, און עס איז דער פאסיגסטער באשלוס זייענדיג באקאנט מיט זיין כח ההוראה און כח להשפיע פאר טויזענטער שואלים ומקשיבים, וועט עס זיכער אסאך אויפטוהן פאר'ן ביהמ"ד און צוגעבן צום הערליכן בילד, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט הרה"ג ר' אברהם וואלף שליט"א אויפגעטרעטן און ארומגערעדט בשבח פונעם מתפללי ביהמ"ד און מסיים געווען מיט א תפילה להשי"ת שלא יצא מכשול מתחת ידיו.
דער רב געמאכט א לחיים און דערנאך מכבד געווען הרה"ג ר' אברהם וואלף שליט"א צו מאכן א לחיים, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב שתשרה שכינה במעשי ידיו און ער זאל האבן הצלחה ארויפצוברענגען דעם כבוד הביהמ"ד.
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער מנהגי קידוש לבנה, דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המעמד, און מען האט זיך געזעגנט לשלום.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 119