🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ד אלול תשפ״ה · Sep 7, 2025 · 9:44 AM
#2006
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת כי תצא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ס"ו ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א',
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

אום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בביהמ"ד הגדול.

דערנאך האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר שלמה פנחס שעהנברון הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר מאיר משה שפיטצער הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ב"ר יצחק ווייס הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת גאלדא,
און דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק אהיים לביתו אין וומ"ס.

ארום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד הגדול אין וומ"ס.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש,
ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר אהרן יקותיאל פריעדמאן שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר מאיר האלבערשטאם שליט"א - אב"ד קשאנוב וומ"ס ומו"ץ בקהילתינו הק', וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון לומינענס,
ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר ברוך בענדיט לויפער שליט"א - ב"פ, און הר"ר ישעי' גראס שליט"א, וועלכע איז פארגעקומען בבית המחותן דער אבי הכלה הר"ר ישעי',
און ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יצחק אהרן גאלדבערג הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם שמואל הלוי שווארץ הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון בעדפארד פאראדייס, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 152