🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ז אלול תשפ״ה · Sep 10, 2025 · 6:30 PM
#2016
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת כי תבא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ס"ז ע"ב - ס"ח ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:50 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 9:10 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול,
און דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 10:50.

אום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר חיים לעפקאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל יצחק שפיטצער הי"ו אין די זאלן פון גינת אסתר.

אום 9:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב משתתף געווען ביי די שמחות פון אנשי שלומינו,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר חיים לעפקאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל יצחק שפיטצער הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר ישראל שפיטצער הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 173