🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ח אלול תשפ״ה · Sep 11, 2025 · 10:59 AM
#2017
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת כי תבא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ס"ז ע"ב - ס"ח ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:55 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 9:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול,
און דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:10.

אום 8:00 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב משתתף געווען ביי די שמחות פון אנשי שלומינו,
ביים שמחת החתונה פון החתן בן הר"ר אברהם אלי' אליעזר האלבערשטאם שליט"א - ב"פ, עב"ג הכלה בת הר"ר מנחם נפתלי טייטלבוים שליט"א - רב דקהל ישועות חיים טשענסקאוויץ, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר וואלף לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל לעפקאוויטש הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון קאנטינענטאל,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר הילל קליין הי"ו און מוה"ר מרדכי הערש רעטעק הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון כתר צבי, דער רב האט געליינט די תנאים,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר חיים יהושע בראך הי"ו און מוה"ר שמחה פנחס פריעדמאן הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון אהל לאה, דער רב האט געליינט די תנאים,
און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר ישראל רובין הי"ו און מוה"ר יואל ב"ר יצחק ראכליץ הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל,
דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 162