🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ז אלול תשפ״ה · Sep 10, 2025 · 6:29 PM
#2015
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת כי תבא =

אום 9:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול,
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

ארום 11:30 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ס"ט ע"א - ע"א ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק,
ביים אנקומען אין ב"פ האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל ראזמאן הי"ו - וומ"ס, עב"ג הכלה בת מוה"ר אברהם שמעון קויפמאן הי"ו אין די זאלן פון עמינענס.

דערנאך ארום 8:25 איז דער רב אנגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין ב"פ אינאיינעם מיט בנו הגדול הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט, וואו דער רב האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח אויף די הונדערטער נבחנים ביים דריטן בחינה אינעם צווייטן מחזור ש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי,
דער רב איז ארומגעגאנגען צווישן די נבחנים פאר א לענגערע צייט, און זיך דערנאך געזעצט מאכן די בחינה וועלכע האט זיך פארצויגן פאר א שטיק צייט,
און דערנאך אנגעוואונטשן הרה"ח ר' יושע הערש גליק הי"ו - יו"ר הנהלת תורתך שעשועי ב"פ,
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד.

נאך מעריב האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג וואו דער רב האט זיך משתתף געווען ביי די שמחת פון אנשי שלומינו,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל פעלדמאן הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
און ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר מאיר יששכר קאהן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר וואלף אלעזר ווייזער הי"ו אין די זאלן פון דיקאריום.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 128