🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ט אלול תשפ״ה · Sep 22, 2025 · 4:54 PM
#2049
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"ח ר' שלמה יעקב ליבערמאן בביתו, און דערנאך ביים הכנס"ת בבית מדרשינו הגדול, און שפעטער אויפדערנאכט ביים סעודה לגומרה של תורה אין די זאלן פון עטרת חינקא אין ב"פ, פארגאנגענעם דינסטאג פרשת נצבים.
~🌴~
👁 206
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ט אלול תשפ״ה · Sep 22, 2025 · 3:53 PM
#2048
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת וילך - ז' סליחות =

אום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות,
בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא ראזענבוים הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א'.

ארום 11:30 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ג ע"ב - ע"ה ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 7:55 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן ר"ת בבית מדרשינו הגדול.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 166
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ט אלול תשפ״ה · Sep 22, 2025 · 3:52 PM
#2047
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת נצבים =

ערש"ק ארום 7:25 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול,
מיט תפילת מנחה האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' מנחם נפתלי טייטלבוים שליט"א - אב"ד טשענסקאוויץ,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 9:10, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 11:10 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' משה אפרים הערשקאוויטש הי"ו,
דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די פסוקים בפרשת השבוע און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול.

מען האט אויפגעגעבן לעבער,
קה אכסוף: הר"ר יחיאל מיכל ניימאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה,
ויהיו רחמיך: מוה"ר משה לייב טרעגער הי"ו.

דערנאך האט מען געבענטשט,
נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק השר שלום מבעלז זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן בעצם יום השבת קודש - כ"ז אלול.

אז ביום השביעי: מוה"ר יואל פאוועל הי"ו,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
דערנאך איז דער רב אריבער אין היכל מאיר זעליג וואו עס איז פארגעקומען דעם קידוש לרגל הולדת הבת אצל מוה"ר שמואל מאיר כ"ץ הי"ו,
מ'האט געענדיגט ארום 12:25, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= רעוא דרעוין =

ארום 7:25 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הר"ר יודא בער טעללער שליט"א - מנהל רוחני במוסדותינו הק',
שיר המעלות: הרה"ח ר' אשר ווידער הי"ו - מאנטריאל.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו' און עס אויסגעטייטשט אויף דריי מהלכים בדרך מוסר וחסידות,
ביים ערשטן אופן האט דער רב ארויסגעברענגט וויאזוי מען קען נוצן דאס מויל מיט וואס האט געזינדיגט צו בעטן מחילה פונעם אויבערשטן, וויבאלד ווען מ'זינדיגט מיט'ן מויל קומט עס נישט מקירות הלב, משא"כ ווען מ'בעהט מחילה איז דער לשון א קולמוס הלב,
ביים צווייטן אופן האט דער רב ארויסגעברענגט וויאזוי מען קען בעטן אויף געלט און אנדערע גשמיות'דיגע זאכן, וויבאלד אלעס איז נאר צו קענען טוהן מצוות און דינען דעם אויבערשטן,
ביים דריטן אופן האט דער רב מסביר געווען בצחות לשונו וואס איז דער טאג ראש השנה ספעציעל מער פון אנדערע טעג אז מען דארף תשובה טוהן און ממליך זיין דעם אויבערשטן, אויבנאויף איז עס לכאו' א התחייבות אויף א איד א גאנץ יאר,
דער רב האט ארומגערעדט איבער נאך פילע ענינים וואס זענען נוגע לקראת דעם יום הדין און בקול בכי מעורר געווען לתשובה ותיקון המעשים, און דערנאך צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יענקל טעללער הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים הלוי העללער הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הגה"צ ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 9:45, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 128
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ט אלול תשפ״ה · Sep 22, 2025 · 3:51 PM
#2046
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת נצבים - ו' סליחות =

ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוחנן איידליס הי"ו,
מ'האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 7:10 אינדערפרי האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה בבית מדרשינו הגדול חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ב ע"ב - ע"ג ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב',
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 107
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ט אלול תשפ״ה · Sep 22, 2025 · 3:51 PM
#2045
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת נצבים - ה' סליחות =

ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע גראס הי"ו,
מ'האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 7:10 אינדערפרי האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה בבית מדרשינו הגדול חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ב ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 8:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א',
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 109
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ה אלול תשפ״ה · Sep 18, 2025 · 11:17 AM
#2032
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת נצבים - ד' סליחות =

ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם,
בעל תפילה: הר"ר פייש הורוויץ שליט"א,
מ'האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 7:10 אינדערפרי האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה בבית מדרשינו הגדול חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"א: - ע"ב.,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א',
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו ישיבה קטנה סניף דרך התורה.

אום 11:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א,
ביים אנקומען איז דער רב אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט גרויס קורת רוח,
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי וואו עס האבן זיך געשטעלט על כור המבחן תלמידי שיעור א' וועלכע האבן זיך פארהערט עטליכע סימנים אין הלכות שבת,
דער רב האט פארהערט פאר א לענגערע צייט און אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות המצוינים מדי שבת בשבתו, און דערנאך ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט פון חזרה און געענדיגט מיט ברכות לרוב,
מען האט געענדיגט ארום 12:15 און דער רב איז אהיים לביתו בשכינות פון די ישיבה.

שפעטער איז דער רב צוגעפארן לביתו אין קרית יואל וואו דער רב האט זיך אויפגעהאלטן משכ'ן טאג,
ארום 7:40 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בביהמ"ד הגדול חדר אברהם יעקב.

נאך מנחה האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.

אויפדערנאכט ארום 10:15 האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר מאיר יודא פערלמאן הי"ו און מוה"ר יואל רובינשטיין הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון בעדפארד פאראדייס.

אום 10:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד הגדול חדר ג',
דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 186
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ד אלול תשפ״ה · Sep 17, 2025 · 10:15 AM
#2031
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת נצבים - ג' סליחות =

ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
מ'האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 7:10 אינדערפרי האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה בבית מדרשינו הגדול חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע: - ע"א:,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג',
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

ארום 4:30 איז דער רב אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' שלמה יעקב ליבערמאן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"ח ר' שלמה יעקב הי"ו און איז אריינגעגעבן געווארן שפעטער נאכמיטאג אין ביהמ"ד הגדול,
דער רב האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מכבד געווען די בני המשפחה צו שרייבן א אות,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שלמה יעקב הי"ו, און די גאנצע משפחה.

אום 7:00 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום הכנסת ספר תורה,
דער רב האט אפגעראכטן די ריקודין פאר א לענגערע צייט און דערנאך מכבד געווען די נדבן צו טאנצן מיטן ספר תורה,
דער רב האט פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד, און דערנאך אהיים לביתו.

ארום 9:15 האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר חיים אליעזר העללער הי"ו און מוה"ר יעקב יהודה עסטרייכער הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון ריווער טעררעס.

אום 9:35 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק צום סעודה לגומרה של תורה לרגל די הכנסת ספר תורה, וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת חינקא.

ארום 10:30 איז דער רב אנגעקומען צום סעודה,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען עטליכע ווערטער לכבוד המאורע, און ארומגערעדט בעניני מצות כתיבת ספר תורה, און מאריך געווען בשבח פונעם נדבן,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 138
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ג אלול תשפ״ה · Sep 16, 2025 · 2:40 PM
#2030
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת נצבים - ב' סליחות =

ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם,
בעל תפילה: הר"ר פייש הורוויץ שליט"א,
מ'האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 7:10 אינדערפרי האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה בבית מדרשינו הגדול חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע' ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג',
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה,
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול,
נאך שחרית האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

ארום 11:45 איז דער רב אנגעקומען לביתו אין ק"י וואו עס איז פארגעקומען א לענגערע אסיפה אינאיינעם מיט די הנהלת ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה בנוגע דעם קומענדיגן זמן לימודים חורף שנת תשפ"ו, מען איז איבערגעגאנגען די פונקטליכע פרטים פון די לימודים פון אלע כיתות אין ביידע סניפים, און די צרכי הישיבה וואס מען דארף צושטעלן לקראת דעם קומענדיגן זמן.

שפעטער האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל.

שפעטער נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג,
ביים אנקומען אין וויליאמסבורג ארום 7:00 האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר זושא בוקסבוים הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יצחק זאב ברוין הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

ארום 9:15 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר דוד לוי זינגער הי"ו - ב"פ, עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל בר"מ הירש הי"ו - ק"י, און דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

ביים אנקומען אין וויליאמסבורג האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול חדר ד'.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן הר"ר נחום אלישע הורוויץ שליט"א בן הרה"ג ר' נפתלי צבי שליט"א - לאנדאן, חתן הגה"צ גאב"ד פריימאן וראב"ד התאחדות הרבנים שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 141
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ג אלול תשפ״ה · Sep 16, 2025 · 2:40 PM
#2029
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת נצבים - א' סליחות =

אום 5:30 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו אמירת סליחות ברוב עם מעוטף מיטן טלית פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, געברענגט דורך הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעזאגט די סליחות מיט גרויס התעוררות,
מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול,
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ב - ע"ג,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

פארנאכטס האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר חיים לעפקאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל יצחק שפיטצער הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון פארק מענאר - סעליש.

דערנאך ארום 7:55 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.

שפעטער ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יעקב יאקאבאוויטש הי"ו און מוה"ר חיים הערש וועכטער הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון אהל לאה,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר מענדל בר"מ הירש הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יהושע כ"ץ הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר דוד אברהם ליכטנשטיין הי"ו - מאנסי, וואס איז פארגעקומען אין די זאל העכער ביהמ"ד וויזשניץ,
און ביים וואכנאכט פון ר' אברהם יצחק הי"ו בן הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א וואס איז פארגעקומען בבית חמיו הר"ר יואל יודא רובינפעלד שליט"א.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 129
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ב אלול תשפ״ה · Sep 15, 2025 · 5:16 PM
#2027
= רעוא דרעוין =

ארום 7:40 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הר"ר משה אלי' גרין שליט"א - מנה"ר במוסדותינו הק',
שיר המעלות: הרה"ח ר' טובי' לעפקאוויטש הי"ו.

דער רב האט געזאגט שלש סעודות תורה אויפ'ן פסוק 'הגדתי היום לה' אלקיך כי באתי אל הארץ אשר נשבע לאבותינו לתת לנו' און זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה.

דער רב האט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים אז עס קומט שוין די יום הדין ווען יעדער איד דארף אליינס עדות זאגן אויף זיינע מעשים פון די גאנצע יאר, און ממילא דארף מען זיכער מאכן אז כאטשיג די מויל זינדיגט נישט און ס'איז ראוי צו רעדן צום אויבערשטן,
דער רב האט דעמאנט וואס אברהם אבינו האט געבעטן 'בהר ה' יראה' אז בדורות העתידות זאל מען שפירן ראש השנה אזויווי מען האט זיך געשפירט אינעם בית המקדש און מען זאל נישט דארפן ווארטן לאנג געהאלפן צו ווערן נאר תיכף ומיד זאל מען זוכה זיין צו כל מיני ישועות.
דערנאך האט דער רב מעורר געווען בקול חנוק מדמעות אז אין אפאר שעה גייט מען אויסשרייען 'במוצאי מנוחה קדמנוך תחילה', און דערמאנט דעם ווארט פונעם תולדות יעקב יוסף אז דער אויבערשטער באקומט זמירות ותשבחות אלץ א געהאלט פון די אידן, און היינט בעיקבתא דמשיחא באקומט דער באשעפער ווייניגער, דארף דער אויבערשטער מרעיש עולמות זיין דערוועגן און אונז שוין אויסלייזן פונעם ביטערן גלות מיר זאלן אים ווײטער קענען דינען.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז מען בעט דעם באשעפער אז מיר האלטן שוין תשפ"ו שוין באלד צוויי טויזנט יאר אין גלות, ממילא זאל יעדע גוטע זאך וואס מיר טוען ווערן גערעכנט כאילו מ'האט עס מקיים געווען בכל פרטיה ודוקדוקיה, און צוגעלייגט אז וויבאלד עס איז דא מיתת צדיקים קענען מיר נישט ריכטיג מתפלל זיין צום אויבערשטן, און מיט דעם אויסגעטייטשט דעם שטיקל אין סליחות 'הט אזנך ממרום יושב תהילה', 'צדק צועקיך מפליא פלאות'.

און דער רב האט אויפגעפאדערט זיך אונטערצונעמען קבלות טובות צום נייעם יאר און ארויסגעברענגט אז מיט דעם וואס מען איז זיך מקבל פרישע קבלות ווייזט מען אז מען איז זיך נישט מייאש און מ'וויל באמת זיין גוט, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: מוה"ר בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו,
קל מסתתר: מוה"ר יואל יצחק שפיטצער הי"ו.
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הגה"צ ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 9:25, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 156
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ב אלול תשפ״ה · Sep 15, 2025 · 5:16 PM
#2026
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת כי תבא =

ערש"ק ארום 7:40 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 9:25, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 11:20 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו,
דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די פסוקים בפרשת השבוע און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול.

מען האט אויפגעגעבן לעבער,
קה אכסוף: מוה"ר יואל פאגעל הי"ו - אנטווערפן,
ויהיו רחמיך: מוה"ר ישעי' יצחק רובין הי"ו,
ברכת המזון: בנו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט ב"פ.

נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון רבותינו הקדושים וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן וואך.
אז ביום השביעי: מוה"ר שמעי' ראזענפעלד הי"ו,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:35, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי,
נאך מוסף איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
און דערנאך ארום 12:10 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
👁 135
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ט אלול תשפ״ה · Sep 12, 2025 · 11:54 AM
#2020
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת כי תבא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה בבית מדרשינו הגדול חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ס"ט ע"ב ע' ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד',
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 191
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ט אלול תשפ״ה · Sep 12, 2025 · 11:52 AM
#2019
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת כי תבא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה בבית מדרשינו הגדול חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ס"ט ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב',
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין ביי די חופה פון החתן בן מוה"ר מאניש יחזקאל שפילמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אליעזר מנחם שווימער הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל,
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול, און דערנאך אהיים לביתו.

שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר מאיר טייטלבוים הי"ו - מאנסי עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ווידער הי"ו - ק"י, אין שטוב פון די זיידע הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר מאניש יחזקאל שפילמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אליעזר מנחם שווימער הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל,
ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר יוסף ישראל זעגעלבוים הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר לוי הערש פאסטערנאק הי"ו - ק"י און הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' אין די זאלן פון אולם פרענקל, און דער רב האט געליינט תנאים,
און ביים שבע ברכות פון החתן בן הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל הערש ראטה הי"ו - ק"י, אין די זאל פון דיקאריום.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 175