🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ד אלול תשפ״ה · Sep 7, 2025 · 9:45 AM
#2007
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת כי תצא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ס"ו ע"א - ס"ז ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

פאר'ן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל מוה"ר יושע וואלף גוטמאן הי"ו וואו דער רב איז געווען סנדק.

אום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד',
נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

אום 8:00 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד הגדול.

נאך מעריב איז דער רב אנגעקומען צום סעודת ברית לבן הנולד אצל מוה"ר יושע וואלף גוטמאן הי"ו אין שטוב פון אביו מוה"ר אברהם גוטמאן הי"ו.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הר"ר יעקב ישראל זילבער שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר יחזקאל דוד זינגער שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף אהבת התורה, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 144