🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ח׳ אלול תשפ״ה · Sep 1, 2025 · 12:25 PM
#1978
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת שופטים =

אום 9:45 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג,
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

אין די נאכמיטאג שעות האט זיך דער רב ארויסגעלאזט קיין ק"י, ביים אנקומען איז דער רב צוגעפארן לביתו.

אום 7:30 האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל, און דערנאך אהיים לביתו,
שפעטער ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפלת מעריב בבית מדרשינו הגדול.

נאך מעריב האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר בעריש גראס שליט"א און מוה"ר שלמה זלמן ווייס הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די תנאים זאלן בבית רבינו אויף איהעל קט.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 126
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ח׳ אלול תשפ״ה · Sep 1, 2025 · 12:25 PM
#1977
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת שופטים =

אום 9:45 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג,
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

אום 5:50 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בביהמ"ד הגדול, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

שפעטער אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד הגדול, און דערנאך אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 129
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ג׳ אלול תשפ״ה · Aug 27, 2025 · 4:31 PM
#1975
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת שופטים - ב' דר"ח אלול =

ארום 9:00 אינדערפרי האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה ישיבה קטנה סניף אהבת התורה בהנהלת הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א,
ארום 9:15 איז דער רב אנגעקומען אינעם מחנה, און אריין בחדר הפרטי.

אום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת שחרית,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי,
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט די צען קאפיטלעך תהלים כנהוג בימי חודש אלול,
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 11:15.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד ר"ח,
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר די תלמידי ורמ"י הישיבה.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה ודברי הדרכה פאר די בחורים, און ארומגערעדט בדברי התעוררות כהכנה לימי הרחמים והסליחות,
דער רב האט ארויסגעברענגט לשבח דעם נדבן הביהמ"ד מוה"ר אברהם שלמה כהנא הי"ו וואס האט זיך געלאזט קאסטן א הון תועפות צו פינאנצירן די בוי ארבעט,
און ברגשי הלב געזאגט מיט התפעלות די גרויסע קורת רוח אז די תלמידי שיעור ג' האבן זיך פארהערט גאנץ מסכת קידושין,
באזונדער האט דער רב ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט פון חזרה, און מחזק געווען די בחורים שילכו מחיל אל חיל, און געענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך איז געגעבן געווארן דעם געלעגנהייט פאר די תלמידי הישיבה חברי חבורת קדושת יום טוב אריינצוגיין פריוואט צום רב און זיך אדורכשמועסן ענינים וואס זענען נוגע אין פערזענליכן לעבן,
מען האט געענדיגט ארום 11:50, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין סוואן לעיק.

ארום 12:05 איז דער רב אנגעקומען אין מחנה רב טוב וואו עס האלטן זיך אויף די תלמידי כתה ט' פון וויליאמסבורג בהנהלת הר"ר יודא בער טעללער שליט"א און פון בארא פארק בהנהלת הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א,
ביים אנקומען האבן די בחורים געזינגען עטליכע ניגונים.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די בחורים און ארומגערעדט איבער די הייליגע טעג אין וואס מען געפונט זיך יעצט די ימי חודש אלול, און ארויסגעברענגט ווי שטארק מען וועט זיך צוריקבענקען צו די דערהויבענע שבתים וואס מען האט זיך אינאיינעם מחזק געווען בעבודת השם און דערהויבן געווארן אויף אן אויסטערלישן פארנעם, ווייל אזעלכע שבתים ווי דא אין קעמפ איז נישט דא אין ערגעץ,
און צוגעלייגט אז מען קוקט ארויס אויף די פארהער נאך קעמפ ווען די בחורים וועלן זיך פארהערן מסכת קידושין, און האפנטליך וועט מען קענען מחודדים בפיך, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגונים,
מ'האט געענדיגט ארום 12:50, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק אהיים לביתו אין מחנה ישיבה לצעירים.

אום 2:00 נאכמיטאג האט דער רב פארלאזט דעם מחנה אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין וויליאמסבורג נאכן וויילן אינעם מחנה די פארגאנגענע אכט וואכן.

ארום 6:45 האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א - ק"י, עב"ג הכלה בת הר"ר אנשיל שעהר שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון אימפעריעל.

דערנאך איז דער רב ארויף אויף ניחום אבלים ביי משפחת ווייזער היושבים על פטירת אמם ע"ה.

ארום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין ב"פ וואו דער איז אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי משפחת פריעדמאן הי"ו היושבים על פטירת אמם האה"ח אשת הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן ע"ה.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וומ"ס,
ביים אנקומען האט זיך דער רב משתתף געווען ביים חתונה פון החתן בן הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר אנשיל שעהר שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון אימפעריעל,
און דערנאך איז דער רב איז אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 206
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ג׳ אלול תשפ״ה · Aug 27, 2025 · 1:51 PM
#1974
אום 8:00 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה ישיבה קטנה סניף היכל התורה וואס געפונט זיך אין לאקשעלדריק,
ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי הכנה להימים נוראים ימי הרחמים והסליחות הממשמשים ובאים, און ארויסגעברענגט וויאזוי מען דארף זיך גרייטן צו אזעלכע דערהויבענע טעג,
באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט אז מ'זאל גוט אויסנוצן די לעצטע פאר טעג אין קעמפ, יעדן טאג וואס מען איז נאך דא קען מען דער אסאך אריינכאפן, ס'איז א ספעציעלע געלעגנהייט וואו מען קען שטייגן למעלה מן המשוער, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
דערנאך איז געגעבן געווארן דעם געלעגנהייט פאר די תלמידי הישיבה חברי חבורת קדושת יום טוב אריינצוגיין פריוואט צום רב און זיך אדורכשמועסן ענינים וואס זענען נוגע אין פערזענליכן לעבן.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין ק"י וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר שלום יוסף לעווינגער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר ליפא דרעזנער הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יצחק הערש פרידריך הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אהרן גאלדשטיין הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת קליין.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפלת מעריב בביהמ"ד הגדול,
דערנאך איז דער רב ארויף אין שטוב פון מוה"ר וואלף בער וויזענפעלד הי"ו אין שכונת חתם סופר בק"י המורחבת, וואו עס איז פארגעקומען א לחיים לרגל קישור החיתון פון החתן בן מוה"ר וואלף בער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יחזקאל שרגא פריעדמאן הי"ו - מאנטריאל,
פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין מחנה ישיבה לצעירים.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 164
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ג׳ אלול תשפ״ה · Aug 27, 2025 · 1:51 PM
#1973
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת שופטים - א' דר"ח אלול =

ארום 8:45 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה,
ארום 9:45 איז דער רב אהיים לביתו.

אום 10:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי,
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 11:35.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים אין מאנטיסעלא,
ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען צום עקזיט 7 (וויליס) אינעם מחנה וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה וואס קומט פאר יעדע וואך אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף סה - סו,
מ'האט געענדיגט ארום 1:45, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק צו מחנה ישיבה לצעירים.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית סקווירא החדש אין בעטהעל ניו יארק, וואו דער רב האט געדינט אלץ נואם הכבוד ביים היסטארישן מעמד חנוכת הקריה אינאיינעם מיט א סעודה לגומרה של תורה לרגל דעם מעמד הכנסת ספר תורה בהיכל ביהמ"ד תולדות יעקב יוסף סקווירא, בראשות דודו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

ארום 5:00 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד החדש תולדות יעקב יוסף סקווירא, ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט דודו האדמו"ר מסקווירא שליט"א און די גאנצע אויבן אן,
דערנאך ארום 5:30 האט דער רב משמיע געווען דעם צענטראלן דרשה לרגל המעמד,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז דעם פתיחת הקריה איז נישט בלויז א שמחה פאר קהילת סקווירא, נאר א שמחה פאר די גאנצע וועלט, אז אידישקייט בויעט זיך,
און דערציילט ווי דער סקווירא רבי זצ"ל האט זיך געמוטשעט אויפצובויען שיכון סקווירא, און ווי שווער ס'איז געווען אז ער האט שוין געהאלטן ממש ביים אויפגעבן,
און דערביי האט דער רב ארומגערעדט פון די מעלות אנצורופן די גאסן מיט אידישע נעמען וואס האלטן אידיש דעם שטאט, און צוגעלייגט עס איז זיכער אז דעם שטאט וועט זיין א נחת רוח פאר'ן אויבערשטן.
דער רב האט ארויסגעברענגט דעם חשיבות פונעם נדבן הספר תורה הרה"ח ר' שמואל אברהם ב"ר שלמה יו"ט ברייער הי"ו וואס חוץ פון וואס ער געבט אזוי סאך אין דעם קהילה, שטיצט ער אויך אין פרעמדע מקומות.

דער רב האט מוסיף געווען אז מען קען אריבערברענגן קדושה פון איין פלאץ צום צווייטן, אזויווי בעת וואס מען האט געבויעט דעם ערשטן אינגל קעמפ אין סאטמאר האט דער רבי ז"ל געזאגט אז עס האט קדושת ארץ ישראל, אבער נישט די חסרונות נאר די השפעות און גוטע זאכן,
און מיט דעם האט דער רב משלב געווען דעם דאפלטן שמחה, אזויווי עס איז באקאנט אז אמאל בשעת מען האט אריינגעברענגט א "נייע ספר תורה" האט דער רבי ז"ל זיך אויסגעדרוקט "אלטע ספר תורה, ניי אפגעשריבן", און די זעלבע זאך איז דא ביים עפענען דעם נייעם קריה, א נייע קריה מיט'ן זעלבן קדושה ווי דעם אלטן שטאט,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבנים ובונים און פאר דעם פעטער די סקווירא רבי שליט"א.

דערנאך ארום 6:45 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה בית רחל וואו עס איז פארגעקומען א סעודה לגומרה של תורה לרגל דעם מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן אינעם ארטיגן ביהמ"ד דורך מוה"ר יודא הירש הי"ו,
ביים אנקומען מען געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די נדבן און בני משפחה, און מ'האט געזינגען ניגוני שמחה, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק לביתו אין מחנה ישיבה לצעירים.
👁 150
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ב׳ אלול תשפ״ה · Aug 26, 2025 · 11:40 AM
#1972
🌴בצל מורינו🌴
= מוצ"ש פרשת ראה =

ארום 12:15 האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט פון מחנה ישיבה לצעירים אויפ'ן וועג צו מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים אין מאנטיסעלא,
ביים אנקומען איז דער רב צוגעפארן צום היכל בנין שמעי' אינעם מחנה וואו עס איז פארגעקומען א מעמד התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן לע"נ הגה"צ רבי אריה לייבוש ב"ר אלחנן חיים טייטלבוים זצ"ל - דומ"ץ הקריה, וואס די יארצייט געפאלט היינט א' דר"ח אלול.

דער רב האט זיך באגריסט מיט די רבני ותושבי המחנה, און הר"ר אלחנן זאב פריעדמאן הי"ו האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הרה"ח ר' חיים הערש שווארץ הי"ו - מנהל המחנה.

דער רב משמיע געווען דברי תורה לרגל המעמד אויפ'ן פסוק אין פרשת שופטים וואס רש"י זאגט כדאי הוא מינוי הדיינים וכו', אז דיינים האבן א מורא'דיגן כח, און אזויווי מען זעהט טאקע דא ביי אונזער דיין אז מען האט נאך אזא הערצה צו אים, און ווי מען האט געהערט פריער ווי שטארק דער דיין האט זיך אוועקגעגעבן פאר דעם פלאץ.

באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט וואס פאר א חשיבות דער מחנה האט, עס גייט אן מיט אן עקסטערע מאס ערליכקייט און איידלקייט, און דאס איז אוודאי אלעס דעם דיין'ס כח,
און צוגעלייגט אז יעצט ווען מען גייט שרייבן א ספר תורה לעילוי נשמתו איז דאס זיכער א מורא'דיגע זכות פאר די נשמה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט מען געזינגען ווארעמע ניגונים, און דער רב האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה.

דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די דייני ותושבי הקרי' און פאר אלע משתתפים, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין ריקודי שמחה לכבוד המעמד.

דער רב האט געוואונטשן א גוטע וואך פאר'ן גאנצן ציבור,
מ'האט געענדיגט ארום 1:15, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין מחנה ישיבה לצעירים.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 145
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ב׳ אלול תשפ״ה · Aug 26, 2025 · 11:31 AM
#1971
= רעוא דרעוין =

ארום 8:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

ארום 8:40 איז דער רב אריינגעקומען צו של"ס,
דער רב האט זיך געוואשן און טועם געווען פון די פיש, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען געזינגען די זמירות.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען בהתעוררות רב דברי תורה ודברי הכנה להימים נוראים הממשמשים ובאים און ארויסגעברענגט אז עס איז א זמן תשובה ותיקון המעשים און יעצט איז די צייט צו מאכן א חשבון הנפש וואס מ'האט געטוהן במשך דעם גאנצן יאר, און זעהן אויף וואס דארף מען תשובה טוהן און וואס דארף מען זיך מקבל זיין פאר דעם קומענדיגן יאר צו זיך פארבעסערן, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס.

נאך של"ס האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
דער רב האט געמאכט הבדלה און מוציא געווען אלע בחורים,
דערנאך האט מען געזאגט ויתן לך און די בחורים האבן געזינגען,
און מען איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 11:10, און דער רב איז אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 154
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ב׳ אלול תשפ״ה · Aug 26, 2025 · 11:31 AM
#1970
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת ראה =

ערש"ק ארום 5:50 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו עס איז פארגעקומען א סדר הלימוד פאר די תלמידי הישיבה,
דער רב משמיע געווען א דרשה איבער די גרויסקייט פון זיך אנגרייטן צו א שבת מיט לימוד התורה, און דעם עונג שבת וואס מען האט נאכדעם,
דערנאך האט דער רב עוסק געווען בלימודו פאר א לענגערע צייט,
און ארום 7:10 האט דער רב אפגעברענט די ליכט לכבוד שבת קודש כנהוג.

ארום 8:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
דערנאך האט מען געדאווענט קבלת שבת ומעריב,
מזמור לדוד הבו לה' האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק כמנהג סיגוט,
נאכ'ן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 9:30, און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

= סעודת ליל שבת קודש =

ארום 9:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת ליל שבת קודש,
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות און דערנאך קידוש געמאכט און מוציא געווען אלע בחורים.

דער רב האט זיך געוואשן און מ'האט אויפגעגעבן די פיש,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
מען האט געזינגען כל מקדש און מנוחה ושמחה און נאך ניגוני שבת,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק 'ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה' און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע מהלכים בדרך דרוש ופלפול.

מען האט אויפגעגעבן די זופ און פלייש, און די איבריגע מאכלי הסעודה, און מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים,
דערנאך האט מען געבענטשט,
נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו הרה"ק ר' יואל אשכנזי זי"ע - אבדק"ק זלאטשוב,
מ'האט געענדיגט ארום 12:45, און דער רב איז אהיים לביתו.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:00 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף דעם וועכנטליכן סדר הלימוד מיט גרויס קורת רוח,
דערנאך האט דער רב געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה פאר א לענגערע צייט, און ארום 10:00 איז דער רב אהיים לביתו.

ארום 10:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי,
נאך תפילת מוסף איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב איז אהיים לביתו.

= סעודת יום שבת קודש =

ארום 1:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת יום שבת קודש,
דער רב האט געמאכט קידוש, און דערנאך זיך געוואשן, און מ'האט אויפגעגעבן די פיש,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
מען האט געזינגען ניגוני שבת,
און מען האט אויפגעגעבן די אייער און די טשולענט און די ווייטערדיגע מאכלי הסעודה.

דערנאך האבן די בחורים געהאט דעם געלעגנהייט אנצופרעגן שאלות בכל תחומי החיים בעבודת השם, און עס האט זיך פארצויגן 'שאלות ותשובות' פאר א לענגערע צייט,
דער רב האט במתק לשונו געענטפערט דבר דבור על אופניו בטוב טעם ודעת ברענגענדיג א בהירות און א קלארקייט אין פילצאליגע נושאים בעבודת השם,
במשכ'ן שמועס איז אויסגעשמועסט געווארן שאלות בעניני מסורה, לימוד התורה, התקשרות לצדיקים, קדושת וזמן שבת, טבילה במקוה, היינטיגע חסידים, דער רבי ז"ל בליק אויף יעדע זאך, מצות צדקה, קדושת העינים, דרך העבודה פאר א בחור, די מעלות פון א גרויסער קהילה, און נאך פיל.

דערנאך האט מען געבענטשט,
מען האט געענדיגט ארום 4:00 און דער רב איז אהיים לביתו.
👁 159
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ל׳ אב תשפ״ה · Aug 24, 2025 · 5:27 PM
#1967
🌴 בצל מורינו 🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א הייבט יעצט אן מיטן דרשה ביים מעמד חנוכת הקריה אין קרית סקווירא החדש אין בעטהעל ניו יארק בראשות כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

מקען מיטהאלטן א הוקאפ אויף מערכת מבשר ואומר דחסידי סקווירא:
845-354-9595 #81
👁 199
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ל׳ אב תשפ״ה · Aug 24, 2025 · 5:02 PM
#1966
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת שופטים 5:00 נאכמיטאג =

הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א קומט יעצט אן אין קרית סקווירא החדש אין בעטהעל ניו יארק, וואו דער רב וועט אויפטרעטן אלץ נואם הכבוד ביים היסטארישן מעמד חנוכת הקריה וסעודה לגומרה של תורה לרגל דעם מעמד הכנסת ספר תורה בהיכל ביהמ"ד הגדול והחדש תולדות יעקב יוסף סקווירא בראשות דודו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

~🌴~
👁 191
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ח אב תשפ״ה · Aug 22, 2025 · 11:02 AM
#1965
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת ראה - כ"ו אב יומא דהילולא קדישא פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע =

ארום 9:00 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בהיכל הישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי און געלייגט טלית ותפילין,
נאך עטליכע מינוט איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
דער רב האט געצינדן ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומא דהילולא קדישא.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן זכותו הגדול יגן עלינו ועכ"י,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה וסיפורי צדיקים און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל ההילולא זי"ע פאר א לענגערע צייט, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

ארום 12:20 איז דער רב אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל צום מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
און דערנאך איז דער רב ארויף פוקד זיין דעם ציון הק' אינאיינעם מיט כ"ק מרן רבינו שליט"א.
ארום 1:45 האט דער רב פארלאזט דעם ציון הק' און אהיים לביתו.

ארום 8:40 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ק"י אינאיינעם מיט רבינו שליט"א און געדאווענט תפילת מנחה,
נאך מנחה האט דער רב מיטגעהאלטן דעם שלחן הטהור לכבוד ההילולא דורך רבינו שליט"א.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפלת מעריב אינאיינעם מיט רבינו שליט"א בהיכל הביהמ"ד,
נאך מעריב איז דער רב אהיים לביתו.

א גוטן טאג
~🌴~
👁 208
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ח אב תשפ״ה · Aug 22, 2025 · 11:02 AM
#1964
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת ראה =

פארנאכטס איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וועלכע געפונט זיך אויפן רוט 208 אין קרית יואל המורחבת,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט גרויס קורת רוח,
דערנאך ביים זמן רבינו תם האט דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הישיבה,
פארן דאווענען האט דער רב געצינדן ליכט לרגל די יומא דהילולא קדישא פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
דער רב האט משמיע געווען לענגערע דברי תורה וסיפורים צדיקים פונעם בעל הילולא זי"ע, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אין קרית יואל.

א גוטן טאג

~🌴~
👁 162
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ז אב תשפ״ה · Aug 21, 2025 · 10:32 PM
#1963
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת ראה =

אין די נאכמיטאג שעות איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי משפחת גאלדשטיין היושבים ע"פ הרה"ח ר' דוד אהרן ע"ה,
אזוי אויך איז דער רב אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי משפחת מייזליש היושבים ע"פ אמם הרבנית מווייטצען וומ"ס ע"ה בבית חתנה הרה"ג ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

אום 8:40 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול,
דערנאך איז דער רב אריבער בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט מיט גרויס קורת רוח אויף די הונדערטער נבחנים ביים חודש'ליכן בחינה אין ראם פון חבורת יסודי התורה דקהלתינו הק'.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ב', און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 222
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ז אב תשפ״ה · Aug 21, 2025 · 10:32 PM
#1962
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת ראה =

ארום 8:30 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה,
ארום 9:45 איז דער רב אהיים לביתו,

אום 10:10 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית,
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 11:20.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים אין מאנטיסעלא,
ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען צום עקזיט 7 (וויליס) אינעם מחנה וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה וואס קומט פאר יעדע וואך אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף סג - סד,
מ'האט געענדיגט ארום 1:45, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק צו מחנה ישיבה לצעירים.

אום 7:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מנחה, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

שפעטער איז דער רב אריבער צום תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל ברא"ש כהנא הי"ו און מוה"ר יודל פאלקאוויטש הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון זכרון משה אין סאוט פאלסבורג.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין ק"י וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים סעודה לגומרה של תורה וואס איז געווארן אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת קליין,
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.

נאך מעריב האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יודל ברילל הי"ו - וומסב"ג און מוה"ר עזריאל שווארץ הי"ו - מאנסי, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון קרן ויואל משה,
און דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 187
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ו אב תשפ״ה · Aug 20, 2025 · 5:06 PM
#1958
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים פוקד זיין די ציון הק' פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע ביומא דהילולא קדישא בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 222
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ה אב תשפ״ה · Aug 19, 2025 · 8:37 AM
#1955
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים זיך אומקוקן אויף די נבחנים ביי די בחינה במסגרת חבורת יסודי התורה, נעכטן אויפדערנאכט בבית מדרשינו הגדול אין וומ"ס.
~🌴~
👁 187
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ה אב תשפ״ה · Aug 19, 2025 · 8:37 AM
#1954
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת עקב =

ערש"ק ארום 7:35 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה וואו דער רב האט אפגעברענט די ליכט לכבוד שבת קודש כנהוג.

ארום 8:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און געמאכט עירובי חצירות און דערנאך יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה.

דערנאך האט מען געדאווענט קבלת שבת ומעריב,
מזמור לדוד הבו לה' האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק כמנהוג סיגוט,
נאכ'ן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 9:35, און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

= סעודת ליל שבת קודש =

ארום 9:55 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת ליל שבת קודש,
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות און דערנאך קידוש געמאכט און מוציא געווען אלע בחורים,

דער רב האט זיך געוואשן און מ'האט אויפגעגעבן די פיש,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב גערעדט מיט גרויס התפעלות איבער די סדר הלימוד שבת צופרי פארן דאווענען פארגאנגענע וואך און מחזק געווען די בחורים נאכאמאל זיך צוזאמקומען שבת צופרי פארן דאווענען צו מאכן א הכנה לתפלת שבת מיט לימוד התורה און דערביי ארויסגעברענגט די עונג שבת וואס מען האט דורך לימוד התורה,
אזוי אויך האט דער רב גערעדט איבער די אפיעל וואס איז באשטימט געווארן אויף דער וואך ארויסצוהעלפן די מרביצי תורה בעת שמחתם,

מען האט געזינגען פילע ניגוני שבת קודש.
מען האט געזינגען כל מקדש און מנוחה ושמחה און נאך ניגוני שבת,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק אין די הפטורה 'ויענך וירעובך מכאן שנשים דולקות נרות שבת' און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע מהלכים בדרך דרוש ופלפול אינעם סוגיא פון טעם כעיקר.

מען האט אויפגעגעבן די זופ און פלייש, און די איבריגע מאכלי הסעודה, און מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים,
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הר"ר יחיאל גוטמאן שליט"א - ר"מ בישיבה,
נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' חיים מבריסק זי"ע וועלכע דער יארצייט איז געפאלן דעם פארגאנגענעם פרייטאג - כ"א אב און פון הרה"ק בעל הישועות יעקב זי"ע,
מ'האט געענדיגט ארום 12:55, און דער רב איז אהיים לביתו.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:00 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די סדר הלימוד, דערנאך געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה פאר א לענגערע צייט, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

ארום 10:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית.
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית.

ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי,
נאך תפילת מוסף איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב איז אהיים לביתו וואו דער רב האט געפראוועט דעם סעודת יום שבת קודש אויף א פריוואטן פארנעם.

= רעווא דרעווין =

ארום 7:10 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען צו של"ס,
דער רב האט זיך געוואשן און טועם געווען פון די פיש, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט בגודל הזמן פון של"ס און איבער דעם מנהג פון פארלעשן די לעקטערס אזויווי מען האט זיך געפירט בבית מדרשם של רבותינו הק' לבית סיגוט סאטמאר,
דערנאך האט מען געזינגען די זמירות,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בהשתוקקת רב צו די פריערדיגע דורות ובפרט לקראת ההילולא רבתי פון רביה"ק בעל דברי יואל זצוקללה"ה, און ארויסגעברענגט אז עס איז א זמן תשובה ותיקון המעשים, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס.

נאך של"ס האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
דער רב האט געמאכט הבדלה און מוציא געווען אלע בחורים,
ביי ויתן לך האט מען געזינגען די ניגון וואס מען האט געזינגען ביים רבי'ן ז"ל, און מען איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 11:30, און דער רב איז אהיים לביתו.

א גוטן טאג

~🌴~
👁 182
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ד אב תשפ״ה · Aug 18, 2025 · 12:07 AM
#1953
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת ראה =

מטעם קהילת סקווירא איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וועט אי"ה אויפטרעטן אלס נואם הכבוד ביים היסטארישן מעמד חנוכת הקריה פונעם נייעם 'קרית סקווירא' אין בעטהעל ניו יארק.

דער מעמד קומט פאר דעם קומענדיגן זונטאג פרשת שופטים נאכמיטאג אדר"ח אלול בראשות דודו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אינאיינעם מיט א סעודה לגומרה של תורה לרגל דעם מעמד הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן בהיכל ביהמ"ד החדש תולדות יעקב יוסף.
~🌴~
👁 153