= רעוא דרעוין =
ארום 7:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט די זמירות האט דער רב מכבד געווען,
אודה: מוה"ר הלל שפיטצער הי"ו,
שיר המעלות: מוה"ר הירצקא ווייסמאן הי"ו.
דער רב האט געזאגט שלש סעודות תורה, און זיך געשטעלט אויף די פסוקים אין די וואכעדיגע פרשה, און עס אויסגעטייטשט מתובל בדברי מוסר וחסידות,
דערנאך האט דער רב א לענגערע צייט מאריך געווען איבער די גרויסקייט פון די טעג אין וואס מיר שטייען יעצט אום חודש אלול, און ארומגערעדט איבער דעם 'אשרי יושבי ביתך' וואס מען גייט זאגן אין א וואך ארום ביי סליחות, אז דעמאלטס זאגט מען עס שטייט און במתינות, אבער א גאנץ יאר ביי מנחה זענען דא וואס גייען אריין אין א שטיבל און מען כאפט זיך מיט ביי שמונה עשרה אדער אפי' גאר ביי נקדישך,
און ארויסגעברענגט אז מען קען נישט אזוי צוגיין צו סליחות און זיך אויסבעטן ביי אשרי ווען א גאנץ יאר ווערט עס פארוואסערט, און דערביי האט דער רב אויפגעפאדערט אז מען זאל זיך מקבל זיין קבלות טובות אין דעם ענין ביי אלע דריי תפילות, און א גאנץ יאר זאל מען דאווענען מיט מנין כאטשיג פון אשרי, און ספעציעל אין די ימי אלול ותשרי זאל מען דאווענען גאנץ קרבנות מיט מנין פון אנפאנג,
דער רב האט נאכגעזאגט די גמרא אז 'כל האומר תהילה לדוד ג' פעמים בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא', און ס'איז זיכער אז בזכות דעם וועט מען געהאלפן ווערן מיט א גוט געבענטשט יאר, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 9:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= מוצאי שבת קודש =
אויפ'ן וועג אהיים פון ביהמ"ד איז דער רב ארויף אויף א ניחום אבלים ביי משפחת גאטליעב הי"ו היושבים על פטירת אחיהם מוה"ר חיים משה גאטליעב ע"ה.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 148