דערנאך האבן די בחורים געהאט דעם געלעגנהייט אנצופרעגן שאלות בכל תחומי החיים בעבודת השם, און עס האט זיך פארצויגן 'שאלות ותשובות' פאר א לענגערע צייט,
דער רב האט במתק לשונו געענטפערט דבר דבור על אופניו בטוב טעם ודעת ברענגענדיג א בהירות און א קלארקייט אין פילצאליגע נושאים בעבודת השם,
במשכ'ן שמועס איז אויסגעשמועסט געווארן שאלות בעניני מסורה, תורה, דרך הלימוד, תפילה, עבודת השם, אהבת חברים, פרעמדע משפיעים, היינטיגע חסידים, נישט צו ווערן נאכגעשלעפט פון די גאס, זינגען ערליכע ניגונים, און נאך פיל.
דערנאך האט מען געבענטשט,
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הר"ר יואל ניימאן שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף שביל התורה,
מען האט געענדיגט ארום 4:15, און דער רב איז אהיים לביתו.
= רעוא דרעוין =
אום 8:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן און טועם געווען פון די פיש,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
און דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען בהתעוררות רב דברי תורה ודברי הכנה להימים נוראים הממשמשים ובאים און ארויסגעברענגט אז עס איז א זמן תשובה ותיקון המעשים און יעצט איז די צייט וואס מען דארף זיך אויפוועקן נישט מען זאל זיך דערמאנען ווען עס איז שוין צו שפעט,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז מען זאל זיך מקבל זיין קבלות טובות אויף דעם קומענדיגן יאר בדברים שבין אדם למקום און בדברים שבין אדם לחבירו, וואס ווען מען איז אין ישיבה דעם גאנצן טאג און מען שלאפט צוזאמען, קען אמאל געשעהן אז מען זאל זיך נישט אזוי גוט אויסקומען, דארף מען זעהן שטארק נזהר צו זיין בכבוד חבירו, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף דרך התורה.
נאך של"ס האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
דער רב האט געמאכט הבדלה און מוציא געווען אלע בחורים,
דערנאך האט דער רב געזאגט ויתן לך און די בחורים האבן געזינגען,
מ'האט געענדיגט ארום 11:30,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין קרית יואל.
א גוטע נאכט.
~🌴~

👁 160