🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ד אלול תשפ״ה · Sep 7, 2025 · 9:44 AM
#2005
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת כי תצא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ס"ה ע"ב - ס"ו ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א',
נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

ארום 6:50 נאכמיטאג האט דער רב מסדר קידושין געווען בײ די חופות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים חופה פון החתן בן מוה"ר וואלף יאקאבאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר ברוך הערש ברייער הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון קאנטינענטאל,
און ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל משה ווערצבערגער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שלמה יוסף באש הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון אימפעריעל.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר בנציון וויינבערגער הי"ו מאנסי, עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים יעקב שעהנפעלד הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר.

אום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן ר"ת בביהמ"ד הגדול.

ארום 9:30 האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר אברהם דוד לעבאוויטש הי"ו, און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן הר"ר שמעון פריעדמאן שליט"א, און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר בנימין פריעדמאן הי"ו, וועלכע זענען פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר וואלף יאקאבאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר ברוך הערש ברייער הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון קאנטינענטאל,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל משה ווערצבערגער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שלמה יוסף באש הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון אימפעריעל,
און ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר דוד יודא גאלדבערגער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר ראובן יואל טובל הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון לומינענס.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 139