🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · א׳ אב תשפ״ד · Aug 5, 2024 · 12:19 PM
#137
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי תפילת מעריב נעכטן מוצ"ש בעיר האבות סיגוט נאכן געהויבענעם שבת הילולא בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
👁 16
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · א׳ אב תשפ״ד · Aug 5, 2024 · 12:14 PM
#136
= ערב שבת קודש פרשת מטו"מ ~ שבת מברכים חודש מנחם אב =

דעם שב"ק וויילט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בעיר האבות סיגוט אין רומעניע סמוך ונראה צו די ציונים הק' פון מרנן רבותינו הקדושים די עצי התמרים זי"ע אין ראם פון די מסע הקודש בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל די יומדה"ל קדישא פונעם ראש השושילתא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע.

דער רב וועט זיך באטייליגן ביי אלע תפילות ועריכת השלחנות וואס וועט פארקומען אויף א גאר דערהויבענע פארנעם אינעם פראכטפולן ביהמ"ד אינעם שוהל הויף אינאיינעם מיט הונדערטער געסט אנשי שלומינו בראשות מרן רבינו שליט"א.

שבת נאכמיטאג אום 7:30 וועט דער רב פארלערנען א שיעור אין פרקי אבות אינעם היכל הביהמ"ד אינעם שוהל הויף.

א גוט שבת.
👁 16
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ו תמוז תשפ״ד · Aug 1, 2024 · 3:35 PM
#135
= דאנערשטאג פרשת פנחס 2:25 נאכמיטאג ניו יארק'ע זייגער, 8:25 אויפדערנאכט רומעניע זייגער =

הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א קומט יעצט אריין צו תפילת מעריב אין בית המדרש אינעם שוהל הויף אין שטאט סיגוט.
👁 23
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ו תמוז תשפ״ד · Aug 1, 2024 · 11:16 AM
#133
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי מרדכל'ע מנדבורנא זי"ע נעכטן מיטוואך אין שטאט בישטינא אין אוקריינע, אינאיינעם מיט די בני המשפחה
👁 19
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ה תמוז תשפ״ד · Jul 31, 2024 · 3:03 PM
#132
= זונטאג פרשת מטו"מ =

אום 8:30 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געלערנט בחברותא מיט אחד מתלמידי הישיבה, ארום 9:15 איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.

אום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען האט מען איבערגעגעבן א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע תלמידי הישיבה לרגל די נסיעה וואס דער רב נעמט אונטער אויף מקומות הקדושים,
דערנאך האבן די תלמידי הישיבה אהיימבאגלייט דעם רב אהיים לביתו אינעם מחנה בשירה ובזמרה אויפ'ן ניגון 'כי מלאכיו' לרגל דאס וואס דער רב וועט אפרייזן קיין אייראפע אויף א נסיעה למקומות הקדושים.

ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען צו עקזיט 7 (וויליס) אין מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים ד'סאטמאר אין מאנטיסעלא נ.י. וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה וואס קומט פאר יעדע וואך אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ל"א - ל"ג.

אום 3:15 איז דער רב אנגעקומען אין מחנה נייטרא אין לאקשעלדריק נ.י. וואו עס האלטן זיך אויף אין די יעצטיגע זומער וואכן די תלמידי ישיבה קטנה דרך התורה סניף א' בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א,
ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
מהאט געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחה פון בת הנולדה אצל הרה"ג המנהל שליט"א און דער רב האט געוואונטשן מזל טוב.

דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די וועכנטליכן שבת אחים, מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק די וואך אין סדרה 'לא יחל דברו', און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע אופנים בענין עבודת התפילה, צווישן אנדערע אז מען טאר נישט מאכן די תפילה - חולין.

דער רב האט ארומגערעדט איבער וואס מ'קומט אין ישיבה אנפאנג וואך אנשטאט'ס סוף וואך וואס באדייט עטליכע סיבות, יעצט איז עס וועגן די שמחה פונעם מנהל, און אזוי אויך זיך צו געזעגענען מיט די תלמידים איידער'ן נסיעה למקומות הקדושים וואס דער רב נעמט אונטער דעם וואך,
און דער רב האט ארומגערעדט מיט גרויס התרגשות איבער די נסיעה למקומות הקדושים און בפרט אז מ'וועט פוקד זיין דעם ציון הקדוש פונעם זיידן ז"ל דער הייליגער ייטב לב זי"ע,
צווישן אנדערע האט דער רב ארויסגעברענגט אז יעצט ווען מ'גייט אויפן ציון פונעם זיידן דער ייטב לב וואס האט געהאט א גרויסע ישיבה אינדערהיים איז עס א זכי' אז מקען גיין אויפ'ן ציון נאכ'ן זעהן ווי די תלמידי הישיבה לערנען אזוי פלייסיג שעות רצופות נאכגייענדיג אין זיינע וועגן, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער זיך געזעגענען, און מ'האט ארויסבאגלייט דעם רב בשירה וזמרה,
דער רב האט פארלאזט דעם מחנה אום 4:30.

אין די פארנאכטס שעה'ן איז דער רב אנגעקומען קיין קרית יואל וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין קרית יואל.

צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת התנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב רייך הי"ו און הרבני הנגיד ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון המספיק,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט אחיו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
דער רב האט געליינט תנאים, און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס, און עקסטער ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן אבי הכלה הרבני הנגיד ר' מאיר יעקב.

שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין ווילאמסבורג.

א גוטע נאכט.
👁 18
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ה תמוז תשפ״ד · Jul 31, 2024 · 10:35 AM
#131
= ויהי בנסוע =

נעכטן דינסטאג פרשת מטו"מ דורכאויס דעם טאג האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ וויליאמסבורג שליט"א פוקד געווען די ציונים פון די צדיקים הקודמים הנטמנים אין רומעניע אינאיינעם מיט די בני המשפחה אויף א פריוואטע פארנעם, צווישן אנדערע האט דער רב פוקד געווען דעם ציון פון הגה"ק בעל מראה יחזקאל זצוק"ל אין שטאט קארלסבורג, און די ציונים פון זקניו די צדיקים לבית דעעש אין שטאט דעעש,
אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען לעיר האבות סיגוט יע"א וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט.

היינט מיטוואך איז דער רב ארויפגעגאנגען פוקד צו זיין די ציונים פון זקיניו - רבותינו הקדושים אין שטאט סיגוט, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין אוקריינע פוקד צו זיין די ציונים פון די צדיקים הקודמים הנטמנים אין די ארטיגע שטעט.

א גוטן טאג.
👁 16
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ד תמוז תשפ״ד · Jul 30, 2024 · 3:55 PM
#130
= רעוא דרעוין =

ארום 7:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה, ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך תפילת מנחה איז פארגעקומען א סדר הלימוד פאר די תלמידי הישיבה, דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך אהיים לביתו אינעם מחנה.

ארום 8:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט זיך געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
מ'האט געזינגען אודה און שיר המעלות, דערנאך האט מען פאר א לענגערע צייט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.

דערנאך האט די רב אנגעהויבן די פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה וואו דער רב האט פאר א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי מוסר והתעוררות,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
דער רב האט ארומגערעדט בגודל נחיצת הענין פון שמירת עינים, און צווישן אנדערע נאכגעזאגט אז מ'לייגט ארויף די הענט אויף די אויגן ביי שמע ישראל, ווייל ווען מ'זאגט ה' אחד דארף מען געדענקען אז מ'דארף האבן שמירת עינים,
דער רב האט נאכגעזאגט עטליכע טייטשן פונעם זיידן דער הייליגער ישמח משה זי"ע און פונעם זיידן דער הייליגער ייטב לב זי"ע וואס מ'גייט אי"ה פוקד זיין זייערע ציונים דעם קומענדיגן וואך,
דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די ענין פון תשובה, ובפרט אין די יעצטיגע טעג די ימי בין המצרים,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מען זאל שוין בקרוב ממש זוכה זיין צו דעם גרויסן זמן ווען דער טאטע זאל זיין געזונט וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו בהתרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן.

מ'האט געזינגען ידיד נפש, קל מסתתר, דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס.

מ'האט געדאווענט תפילת מעריב, דערנאך האט דער רב געמאכט הבדלה און מוציא געווען אלע בחורים,
נאך הבדלה האט דער רב געזאגט ויתן לך, און די בחורים זענען אריבער נעמען הבדלה וויין,
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 11:00 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה אין באגלייטונג פון די בחורי חמד בשירה ובזמרה מיט כי מלאכיו.

א גוטן טאג.
👁 15
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ד תמוז תשפ״ד · Jul 30, 2024 · 3:55 PM
#129
= שבת קודש פרשת פנחס =

ערב שבת קודש נאכמיטאג נאך די מקוה איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט אפגעברענט די ליכט, און דערנאך אהיים לביתו אינעם מחנה.

ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
ביי קבלת שבת האט דער רב פארגעזאגט מזמור לדוד הבו לה' פסוק בפסוק בקול אדיר בלהבות אש קודש ווי איינגעפירט יאר יערליך אין מחנה ישיבה לצעירים כמנהג סיגוט,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מען האט געענדיגט ארום 10:15 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

אום פופצן מינוט נאכ'ן גוט שבת זאגן איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת ליל שבת קודש,
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שבת קודש,
און דערנאך קידוש געמאכט מיט גרויס התלהבות און מוציא געווען אלע בחורים.

נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער עניני עבודת התפילה און געטייטשט 'ילך נא ה' בקרבנו כי עם קשה עורף הוא', אז אפי' מ'רעדט אסאך מאל און ס'העלפט נישט, דארף מען פארשטיין אז ס'איז אן עם קשה עורף,
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט בענין קדושת התפילין, און געטייטשט צוויי פשטים אין פסוק 'ויעמוד פנחס ויפלל',
א' - פנחס האט געוואלט אז די אידן זאלן זיין שטיל, האט ער זיי אנגעטוהן תפילין, ווייל מ'טאר נישט רעדן מיט תפילין, ויעמוד איז א לשון פון שווייגן, און ויפלל איז א לשון פון תפילין,
ב' - אויב מ'איז נישט נזהר אין קדושת התפילין קען זיך די תפילין אפרעדן אויפ'ן מענטש, ממילא זאל מען זיכער מאכן אז די תפילין איז שטיל און ס'רעדט זיך נישט אפ.

מיט די זמירות שבת קודש האט דער רב מכבד געווען תלמידי הישיבה,
מ'האט געזינגען כל מקדש און מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי דרוש ופלפול על הפרשה אין די סוגיא פון 'מודעה רבא לאורייתא', און ארויסגעברענגט אז אין דעם איז געווען די טעות פון זמרי בן סלוא.

מען האט געזינגען קה אכסוף, נאכפאלגנדיג מיט'ן באקאנטן וויזניצ'ע ויהיו רחמיך,
דער רב האט פארגעזינגען אודה לקל, און דערנאך מכבד געווען מיט'ן בענטשן נכדו הרב זלמן לייב בן חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א מו"ץ בקהילתינו הק'.

נאכ'ן בענטשן איז פארגעקומען די התוועדות ליל שבת קודש,
מען האט ממשיך געווען מיט די זמירות שבת קודש,
דערנאך האט דער רב פארציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' שלמה מ'קארלין זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן זונטאג - כ"ב תמוז,
מ'האט געענדיגט ארום 2:00 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

= וביום השבת קודש =

אום 9:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געלערנט מיט א חברותא,
ארום 10:00 איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.

אום 10:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
ביים ליינען איז דער רב געשטאנען ביים באלעמער כנהוג, דער רב האט עולה געווען שישי,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מען האט געענדיגט ארום 12:45 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

ארום פופצן מינוט נאך תפילת מוסף איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת יום שב"ק,
דער רב האט קידוש געמאכט און מוציא געווען אלע בחורים,
מ'האט אויפגעגעבן די פיש, דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער די נושא פון קנאות און צווישן אנדערע געטייטשט 'ויחשב לו לצדקה', וויאזוי קען מען זעהן ביי קנאות אויב מ'מיינט עס אמת'דיג, אויב מ'טוט אויך צדקה בשעת מעשה, 'ויחשב לו' פארדעם איז די קנאות גערעכנט געווארן פאר פנחס, ווייל 'לצדקה' ער האט אויך געטוהן צדקה בשעת מעשה.

מ'האט אויפגעגעבן די אייער, דערנאך האט דער רב פארציילט אז ער איז געווען אויף א נסיעה צוזאמען מיט זיין זיידן דער ברך משה זי"ע מקרב צו זיין קינדער אין רוסלאנד און אוקריינע, און דארט האט מען געזינגען דעם באקאנטן ניגון 'שמחם בבנין שלם', און ס'איז געווען א מורא'דיגע התעוררות'דיגע מצב,
דער רב האט אנגעהויבן דעם ניגון מיט א מורא'דיגע התעוררות אריינשלעפנדיג אלע תלמידי הישיבה.

מ'האט אויפגעגעבן די איבריגע מאכלי שבת, און ממשיך געווען מיט די זמירות שבת קודש, דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער וואס מ'זעהט היינט ליידער אין אסאך פלעצער אז מ'טרינקט זיך אן שבת קודש, און ס'האט זיך שוין אריינגעכאפט ביי בחורים אויך, ס'איז באמת אייביג א פראבלעם אבער ווען מ'פארט אין קאנטרי נאכמער, זייער אסאך פראבלעמען זענען שוין ארויסגעקומען דערפון, דער רב האט געבעטן די תלמידי הישיבה צו נוצן דעם שכל און נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך דעם,
דערנאך האט מען געבענטשט,
מ'האט געענדיגט אום 3:00, און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
👁 13
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ד תמוז תשפ״ד · Jul 30, 2024 · 3:55 PM
#128
= פרייטאג פרשת פנחס =

אום 9:00 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים צו תפילת שחרית,
פאר'ן דאווענען האט דער רב תפילין געלייגט פאר הבחור הבר מצוה בן הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א מנהל במוסדותינו הק' קרית יואל.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביתו אינעם מחנה, דער רב האט ארומגערעדט בגודל קדושת התפילין, און געבעטן דעם בר מצוה בחור זאל זיך אונטערנעמען נישט צו רעדן מיט קיין תפילין, דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בר מצוה בחור און פאר'ן טאטן.

א גוטן טאג.
👁 20
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ד תמוז תשפ״ד · Jul 30, 2024 · 9:37 AM
#127
= מאנטאג פרשת מטו"מ אויפדערנאכט =

~ כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך ~

אין די יעצטיגע שעה'ן לאזט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויס אויפ'ן וועג קיין אייראפע וואו דער רב וועט פוקד זיין די ציונים פון רבותינו הקדושים להיפקד בדבר ישועה ורחמים.

סוף וואך וועט דער רב אנקומען צום עיר האבות סיגוט יע"א אין רומעניע וואו דער רב וועט מיטהאלטן די מסע המרומם פוקד צו זיין די ציונים הק' פון רבותינו הקדושים די עצי התמרים זי"ע, און מיטהאלטן דעם שבת קודש בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

זונטאג וועט דער רב ווייטער ממשיך זיין מיט מרן רבינו שליט"א אויפ'ן וועג צום שטאט איהעל אין אונגארן וואו מ'וועט פוקד זיין דעם ציון פונעם ראש השושילתא מרן בעל ישמח משה זיעועכי"א לרגל די יומא דהילולא וואס געפאלט דעם קומענדיגן שבת קודש הבעל"ט,
און אזוי אויך צום שטאט צאנז אין פוילן פוקד צו זיין דעם ציון הקודש פון מרן בעל דברי חיים זי"ע.
דערנאך וועט זיך דער רב אהיימקערן קיין ניו יארק.

"ק-ה זכות אבות יגן עלינו"
👁 18
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ׳ תמוז תשפ״ד · Jul 26, 2024 · 6:53 PM
#126
= ערב שבת קודש פרשת פנחס =

דעם שב"ק וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וויילן אין מחנה ישיבה לצעירים ליבערטי נ.י. וואו דער רב האלט זיך אויף במשך די ימי הקיץ,
דער רב וועט דאווענען אלע תפילות דורכאויס שב"ק אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און אזוי אויך פראווענען די סעודות שב"ק.

ביי שלש סעודות וועט מען ספעציעל צולייגן נאך עטליכע רייעס זיצן אינעם היכל הביהמ"ד צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור אנשי שלומינו פון אלע ארומיגע געגנטער וואס קומען מיטהאלטן די דברי כיבושין ביים פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה מפי ממלל רברבן דער רב שליט"א,
די GPS אדרעסס פונעם קעמפ איז:
101 Ferndale Loomis Rd. Liberty NY


= זמנים לשבת קודש ~ ליבערטי נ.י. =
זמן הדלה"נ: 8:07.
סוף זמן קרי"ש: 8:50.
זמן מוצש"ק: 9:34.

= זמנים לשבת קודש במחנה ישיבה לצעירים =
תפילת מנחה וקב"ש: 8:45.
סעודת ליל שבת קודש: ארום 15 מינוט נאך גוט שבת זאגן בהיכל הביהמ"ד.
תפילת שחרית יום שבת קודש: 10:00.
סעודת יום שבת קודש: ארום 20 מינוט נאך גוט שבת זאגן בהיכל הביהמ"ד.
מנחה: 7:00.
של''ס: 8:35.

"שבת קודש נפשי חולת אהבתך"

א גוט שבת.
👁 20
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ׳ תמוז תשפ״ד · Jul 26, 2024 · 6:52 PM
#125
= דאנערשטאג פרשת פנחס =

אום 9:00 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען עטליכע לענגערע אסיפות בביתו פונעם רב אינעם מחנה אינאיינעם מיט ראשי והנהלת קהילתינו ומוסדותינו הק' בוומ"ס, ווי מען האט פאר א לענגערע צייט דורוכגעטוהן די ענינים נחוצים העומדים על הפרק.

אום 7:40 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים צו תפילת מנחה, און דערנאך אהיים לביתו אינעם מחנה.

אום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מעריב, און דערנאך אהיים לביתו אינעם מחנה.

א גוט שבת.
👁 21
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ׳ תמוז תשפ״ד · Jul 26, 2024 · 12:16 AM
#124
= מיטוואך פרשת פנחס =

אום 9:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג,
פאר'ן דאווענען האט דער רב געצינדן ליכט לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי משה דוד אשכנזי זצ"ל מ'טאלטשאווע.

אום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין בית מדרשינו הגדול אין ווילאמסבורג.

נאך מנחה איז דער רב אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי משפחת וועבערמאן היושבים ע"פ הרה"ח ר' משה וועבערמאן ע"ה.

ארום 8:00 האט דער רב פארלאזט ביתו אין ווילאמסבורג אויפ'ן וועג צו די קעטסקיל'ס.

ארום 9:45 איז דער רב אנגעקומען אין די טשעסטער געגנט אין קרית יואל צו ישיבת דרך התורה סניף ב' בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א,
ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

דערנאך איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים, מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א קורצע דרשה פאר די תלמידי הישיבה, דער רב האט נאכגעזאגט עטליכע טייטשן אין די וואכעדיגע פרשה,
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט מיט גרויס התרגשות איבער דאס וואס מ'וועט זיך ארויסלאזן דעם קומענדיגן וואך אויף א נסיעה למקומות הקדושים, און בפרט אז מ'וועט פוקד זיין דעם ציון הקדוש פונעם זיידן ז"ל דער הייליגער ייטב לב זי"ע,
צווישן אנדערע האט דער רב ארויסגעברענגט אז יעצט ווען מ'גייט אויפ'ן ציון פונעם זיידן ז"ל דער הייליגער ייטב לב זי"ע וואס האט געהאט א גרויסע ישיבה אינדערהיים, איז עס א זכי' אז מ'קען גיין אויפ'ן ציון נאכ'ן זעהן ווי די תלמידי הישיבה לערנען אזוי פלייסיג שעות רצופות נאכגייענדיג אין זיינע וועגן, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער זיך געזעגענען, מ'האט איבערגעגעבן א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע תלמידי הישיבה, און מ'האט ארויסבאגלייט דעם רב בשירה וזמרה אויפ'ן ניגון 'כי מלאכיו',
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג לביתו אין קרית יואל.

ארום 11:30 אויפדערנאכט האט דער רב פארלאזט ביתו אין קרית יואל אויפ'ן וועג קיין ליבערטי נ.י. צו מחנה ישיבה לצעירים.

א גוטע נאכט.
👁 23
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ח תמוז תשפ״ד · Jul 24, 2024 · 12:34 AM
#123
= דינסטאג פרשת פנחס ~ שבעה עשר בתמוז =

אום 10:20 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין ווילאמסבורג,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

דער רב איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין בית מדרשינו הגדול אום 8:50,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי - מפטיר.
דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב ביי די זעכציג ארום 9:20.

א גוטע נאכט.
👁 23
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ט״ז תמוז תשפ״ד · Jul 22, 2024 · 11:42 PM
#122
= זונטאג פרשת פנחס =

אום 9:30 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית.

ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען צו עקזיט 7 (וויליס) אין מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים ד'סאטמאר מאנטיסעלא נ.י. וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה וואס קומט פאר יעדע וואך אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף כ"ט - ל"א,
דער רב האט פארלאזט דעם מחנה ארום 1:45 אויפ'ן וועג צוריק לביתו אין מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי נ.י.

אום 7:35 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה.

ארום 8:40 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען אויף אן אומגעראכטענע באזוך אין מחנה נייטרא אין לאקשעלדריק נ.י. וואו עס האלטן זיך אויף אין די יעצטיגע זומער וואכן די תלמידי ישיבה קטנה דרך התורה סניף א' בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א,
דער רב איז אריין אין ביהמ"ד אינמיטן נאכט סדר און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און פארהערט די בחורים פאר א לענגערע צייט,
דער רב האט פארלאזט דעם מחנה אום 9:00 אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

א גוטע נאכט.
👁 24
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ט״ז תמוז תשפ״ד · Jul 22, 2024 · 11:41 PM
#121
= רעוא דרעוין =

ארום 7:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך תפילת מנחה איז פארגעקומען א סדר הלימוד פאר די תלמידי הישיבה, דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך אהיים לביתו אינעם מחנה.

ארום 8:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט זיך געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
מ'האט געזינגען אודה און שיר המעלות, דערנאך האט מען פאר א לענגערע צייט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.

דערנאך האט די רב אנגעהויבן די פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה וואו דער רב האט פאר א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי מוסר והתעוררות,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה, דער רב האט ארומגערעדט איבער עניני לימוד התורה, וואס דאס האט בלעם געבענטשט די אידן, יזל מים מדליו וזרעו במים רבים וגו' אין מים אלא תורה, דער רב האט ארויסגעברענגט די געלעגנהייט וואס א בחור האט אין קעמפ צו שטייגן, און אויפגעפאדערט די תלמידי הישיבה צו זעהן אויסצונוצן די צייט,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מען זאל שוין בקרוב ממש זוכה זיין צו דעם גרויסן זמן ווען דער טאטע זאל זיין געזונט וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו בהתרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן.

מ'האט געזינגען ידיד נפש, קל מסתתר, דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס.

מ'האט געדאווענט תפילת מעריב, דערנאך האט דער רב געמאכט הבדלה און מוציא געווען אלע בחורים,
נאך הבדלה האט דער רב געזאגט ויתן לך, און די בחורים זענען אריבער נעמען הבדלה וויין,
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 11:00 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

א גוטן טאג.
👁 18
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ט״ז תמוז תשפ״ד · Jul 22, 2024 · 11:41 PM
#120
= שבת קודש פרשת בלק =

ערב שבת קודש נאכמיטאג נאך די מקוה איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט אפגעברענט די ליכט, און דערנאך אהיים לביתו אינעם מחנה.

ארום 8:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד, דער רב האט מזכה געווען די פת פאר'ן עירוב אינעם מחנה, און דערנאך יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
ביי קבלת שבת האט דער רב פארגעזאגט מזמור לדוד הבו לה' פסוק בפסוק בקול אדיר בלהבות אש קודש ווי איינגעפירט יאר יערליך אין מחנה ישיבה לצעירים כמנהג סיגוט,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מען האט געענדיגט ארום 10:15 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

אום פופצן מינוט נאכ'ן גוט שבת זאגן איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת ליל שבת קודש,
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שבת קודש,
דער רב האט קידוש געמאכט מיט גרויס התלהבות און מוציא געווען אלע בחורים.

נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער עבודת התפילה ובעיקר קובע מקום צו זיין ביים דאווענען, דער רב האט אריינגעטייטשט אין די פסוקים אז בלק האט געבעטן בלעם זאל שעלטן די אידן אז זיי זאלן נישט קענען שטיין אויף איין פלאץ ביים דאווענען וואס דורכדעם וועלן זייערע תפילות נישט ווערן אנגענומען.

מיט די זמירות שבת קודש האט דער רב מכבד געווען תלמידי הישיבה,
מ'האט געזינגען כל מקדש און מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי דרוש ופלפול על הפרשה אין די סוגיא פון 'אחשביה למלאכה'.

מען האט געזינגען קה אכסוף, נאכפאלגנדיג מיט'ן באקאנטן וויזניצ'ע ויהיו רחמיך, און דערנאך האט מען געבענטשט.

נאכ'ן בענטשן איז פארגעקומען די התוועדות ליל שבת קודש,
מען האט ממשיך געווען מיט די זמירות שבת קודש,
דערנאך האט דער רב פארציילט עובדות וסיפורים פונעם אור החיים הקדוש זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן זונטאג - ט"ו תמוז, און פון הרה"ק ר' אלעזר מריישא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן זונטאג - ט"ו תמוז,
מ'האט געזינגען אז ביום השביעי,
מ'האט געענדיגט ארום 1:45 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

= וביום השבת קודש =

אום 10:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
ביים ליינען איז דער רב געשטאנען ביים באלעמער כנהוג, דער רב האט עולה געווען שישי,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מען האט געענדיגט ארום 12:45 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

ארום א האלבע שעה נאך תפילת מוסף איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת יום שב"ק,
דער רב האט קידוש געמאכט און מוציא געווען די בחורים,
מ'האט אויפגעגעבן די פיש, דערנאך האט דער רב ארומגערעדט וויאזוי א שבת דארף אויסזעהן, און צווישן אנדערע ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט און די חשיבות פון אויפשטיין שבת אינדערפרי אפאר שעה פאר'ן דאווענען און לערנען, און כ"ש אז ס'פאסט נישט פאר א חסיד'ישע בחור צו קומען שפעט ביים דאווענען, וואס דאס איז פון די דברים הצריכין חיזוק,
און ארויסגעברענגט לשבח ווי מ'האט ברוך השם געזעהן אז די ביהמ"ד שבת אינדערפרי איז געווען פול מן הקצה אל הקצה,
אזוי אויך האט דער רב ארומגערעדט וויאזוי א סעודת שבת דארף אויסזעהן, וועלכע ניגונים ס'איז געמאכט צו זינגען ביי אזא הייליגע סעודה, און נאך.

מ'האט אויפגעגעבן די איבריגע מאכלי שבת, און ממשיך געווען מיט די זמירות שבת קודש, און מ'האט געבענטשט,
מהאט געענדיגט אום 3:00, און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
👁 21
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ט״ז תמוז תשפ״ד · Jul 22, 2024 · 3:45 PM
#119
= פרייטאג פרשת בלק =

אום 9:15 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.

א גוטן טאג.
👁 22
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ג תמוז תשפ״ד · Jul 19, 2024 · 6:23 PM
#117
= דאנערשטאג פרשת בלק =

אום 8:45 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד ארום 10:45.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו די קעטסקילס,
דער רב האט געמאכט א קורצע אפשטעל אין קרית יואל.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת הבר מצוה פון הבחור בן מוה"ר יואל עפשטיין הי"ו, וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון מאונ"ט מענא"ר אין מאנטיסעלאו נ.י.,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בר מצוה בחור, פאר'ן טאטן, און פאר די זיידעס.

פון דארט איז דער רב צוגעפארן צום דערנעבנ'דיגע מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים ד'סאטמאר,
אום 11:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר בית מרדכי אינעם ביהמ"ד אינעם מחנה.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי נ.י.

א גוטן טאג.
👁 27