🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ז׳ אב תשפ״ד · Aug 11, 2024 · 1:41 PM
#177
= רעוא דרעוין =

ארום 8:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים צבי גאלד הי"ו,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: ר' בערל מאשקאוויטש הי"ו - ק"י,
לוי: הרה"ג ר' אפרים יצחק הילמאן שליט"א - מגי"ש בקהילתינו הק',
שלישי: הרה"ח ר' שמואל יודא חיים בלייך הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: הרה"ח ר' מאיר גרינפעלד הי"ו.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
מען האט געזינגען די זמירות שלש סעודות,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' וואלף דייטש הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' מאיר גרינפעלד הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'והנכם היום ככוכבי השמים לרוב' און געפרעגט עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
דער רב האט צווישן אנדערע נאכגעזאגט פון זיידן ז"ל דער ישמח משה אז ווען די ביהמ"ק איז געשטאנען איז יעדע איד געווען בטל צום אויבערשטן בפנימיות הלב, און געטייטשט 'צמאה נפשי לאלוקים לקל חי לבי ובשרי ירננו אל קל חי', אז דוד המלך האט געגלוסט צו גיין צום אויבערשטן אין ביהמ"ק, ווייל ס'איז א בחינה פון מצא מין את מינו וניעור, ס'ווענדט זיך זיך אויף די השתוקקות וואס א איד איז צום אויבערשטן,
דער רב האט נאכגעזאגט דעם תניא וואס פרעגט פארוואס בעהט מען ביים דאווענען 'לבוא ולראה ולהשתחוות', פארוואס קען מען זיך נישט ביקן היינטיגע צייטן, און ער ענטפערט אז די השתחויה אין ביהמ"ק איז געווען א פנימיות'דיגע, מ'איז פון זיך אליינס בטל געווארן צום אויבערשטן, היינטיגע צייטן אפי' מ'בוקט זיך איז עס נאר בחיצוניות,
דער רב האט נאכגעזאגט פון זיידן ז"ל דער ייטב לב אז ביידע זענען איין בחינה,
און דער רב האט געטייטשט, 'ואני ברוב חסדך אבוא ביתך', אויב כ'קען קומען אין ביהמ"ק, דעמאלטס 'אשתחוה', דעמאלטס וועט עס זיין אן אמת'דיגע השתחויה.

דערנאך האט דער רב ארומגערעדט אז ס'איז דא צוויי חלקים אין כלל ישראל, די פשוט'ע אידן זענען מרומז אין די אותיות כ"ו, און די העכערע אידן וואס זענען מקושר צו די תורה זענען מרומז אין די אותיות כ"ב וואס דאס איז די כ"ב אותיות התורה, דער רב האט ארויסגעברענגט אז כוכב איז צוזאמגעשטעלט פון ביידע, און ווען די ביהמ"ק איז געשטאנען זענען ביידע געווען אויף א הויכע מדריגה.

דער רב האט א לענגערע צייט מיט בכיות עצומות ארומגערעדט מיט בענקעניש צום גאולה העתידה, דער רב האט ארויסגעברענגט וויפיל חיזוק אידישע קינדער דארפן היינט צו טאג,
דער רב האט נאכגעזאגט פון זיידן ז"ל דער ברך משה אז דאס אז אידן זענען נאכאלץ משתוקק אויף די גאולה, דאס איז די גרעסטע ראיה אז משיח וועט נאך קומען, דער רב האט ארויסגעברענגט ווי מ'האט געזעהן במשך די דורות אז אידן האבן קיינמאל נישט אויפגעגעבן, אפי' מ'האט געזעהן די רויעך אין אושוויץ, האט מען זיך אייביג מחזק געווען.

דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מען זאל שוין בקרוב ממש זוכה זיין צו דעם גרויסן זמן ווען דער טאטע זאל זיין געזונט וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו בהתרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן.

נאך די תורה האט דער רב אנגעהויבן דעם ניגון פון אני מאמין בהשתוקקות וגעגועים וואס מהאט איבערגעזינגען צענדליגער מאל נאכאנאנד, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני גלות וגאולה פאר א לענגערע צייט, ווען בשעת מעשה איז דער רב מוריד נחלי דמעות מיט א שטארקע התעוררות ודביקת.

קל מסתתר: הרה"ח ר' בנציון איצקאוויטש הי"ו,
דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו,
נאך תפילת מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 10:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
👁 24