🌴 בצל מורינו 🌴מאנטאג · א׳ אב תשפ״ד · Aug 5, 2024 · 5:10 PM#155דא די מקום קדוש וואו מ'שטייט אדמת קודש הוא, עס איז מסוגל אריין צו שיינען א הרהור תשובה פאר יעדעם איינעם, השי"ת זאל העלפן מ'זאל טאקע זוכה זיין צו אן אמת'ע הרהור תשובה, אויפטון מ'זאל האבן א ישועה ברוחניות,דער זיידע ז"ל דער ישמח משה האט געזאגט בעפאר די פטירה ער וואונדערט זיך אויף די צדיקים פון פריערדיגן דור וואס זענען נסתלק געווארן פון די וועלט און זענען ארויף אין עולם העליון האבן זיי פארגעסן פון צרות ישראל און פונעם לאנגן ביטערן גלות, זיי האבן נישט אויסגע'פועל'ט די ישועה, האט ער געזאגט אויף זיך ער וועט ארויף קומען אין עולם העליון וועט ער נישט פארגעסן און ער וועט נישט איינרוען ביז ער וועט אויס'פועל'ן ביאת המשיח, יעצט זאגן מיר פארן זיידן ז"ל לא יחל דברו, לא יעשה דבריו חולין, די הבטחה וואס ער האט געזאגט ער וועט נישט פארגעסן פון גלות פון אידישע קינדער און ער וועט אויס'פועל'ן א ישועה, לא יחל דברו, ער זאל טאקע מקיים זיין, ככל היוצא מפיו יעשה, אויס'פועל'ן א ישועה פאר כלל ישראל, די זכות פון די הייליגע צדיקים וואס אונז זעמיר זוכה מתפלל צו זיין על מקום מנוחתם זאל מגין זיין אויף אונז אלע אונז זאלן געהאלפן ווערן בכל מילי דמיטב, בני חיי ומזוני, רפואות און ישועות פאר חולי ישראל, ביז מיר וועלן זוכה זיין צום ביאת גואל צדק בב"א.נאך די תורה האט מען געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות.ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל וויינשטאק הי"ו.קל מסתתר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.דער רבי האט געבענטשט על הכוס.צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' ישראל וויינשטאק הי"ו.נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור צוזאמען.מען האט געענדיגט ארום 11:40. ארום 12:30 איז געווען זמני כניסה בביתו נאוה קודש באותו מקום ווי רבותינו הק' האבן געפויעלט ישועות ורפואות פאר אידישע קינדער, ווי הונדערטער אנשי שלומינו זענען אריין בפתקא ובפדיון מקבל זיין ברכת הקודש און איבערגעבן די קוויטלעך להפקד בדבר ישועה ורחמים. בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות פארן היכל התורה 'היכל לב אהרן' דקהלתינו הק' אין מאנטשעסטער ווי הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו - סגן ראה"ק בלאנדאן האט אפגעקויפט א זכות פון די ספרי ההיכל, און הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון די חדר השיעורים און דער רבי האט עס קורא שם געווען 'דמשק אליעזר' ע"ש הנדבן,דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדבנים ובני משפחתם און פאר די עסקני ההיכל.אזוי אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו האָט אפגעקויפט א זכות אינעם שוהל הויף, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכת קדשו. ~🌴~ליינט מער ▾👁 32