= דעטאלירטע תמצית פונעם שיעור פרקי אבות וואס הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א האט פארגעלערנט דעם פארגאנגענעם שבת קודש פרשת מטו"מ אין עיר האבות סיגוט יע"א =
אום 7:30 שבת קודש נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען אינעם היכל הביהמ"ד אין שוהל הויף צום שיעור פרקי אבות.
שטייענדיג באותו מקום שדרשו רבותינו הקדושים דרשות נלהבות פאר צענדליגער יארן אריינצושיינען דעם דרך החסידות בליבות בני ישראל און מעורר צו זיין אידישע הערצער צו תשובה ותיקון המעשים, האט דער רב ממשיך געווען די עבודת הקודש פון זקיניו הקדושים און בדברים היוצאים מן הלב נאכגעזאגט פון זייערע ספרים הקדושים דברי התעוררות לתשובה ותיקון המעשים, און ארומגערעדט במשנתו של בעל ההילולא.
די היכל הביהמ"ד איז געווען פול מן הקצה אל הקצה נאך וואס אלע אידן וואס האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א זענען זיך צוזאמענגעקומען לשמוע את דבר השם יוצאים מפי ממלל רברבן דער רב שליט"א,
אויבן אן האבן זיך אנגעזעהן אלע רבני ודייני קהילתינו הק' וואס האבן געוויילט אויף שבת אין שטאט.
דער רב האט מיט א מתיקות'דיגע שפראך ארומגערעדט בדברים הצריכין חיזוק, און אריינגעבלאזן א פרישע חיות צו שפירן א טעם אין עבודת השם, אין אלע הינזיכטן.
דער רב האט זיך געשטעלט אויף די ווערטער 'ועמך כולם צדיקים לעולם יירשו ארץ נצר מטעי מעשה ידי להתפאר', און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע אופנים.
א - דער זיידע ז"ל דער ייטב לב זאגט אז באמת וואלט דער אויבערשטער נישט אנגענומען וואס מ'בעהט פאר גשמיות, אבער ווען 'א איד' בעהט פאר גשמיות, פריידט זיך דער אויבערשטער ווייל 'ער וויל' משפיע זיין גוטס פאר אידן,
דער רב האט נאכגעזאגט דעם לשון קדשו פונעם ייטב לב באתרא דמר, אז מיט'ן כח פונעם מרא דאתרא וועט דער אויבערשטער טאקע מוזן אזוי פסק'ענען און משפיע זיין ישועות ורפואות פאר אידן,
דער רב האט מאריך געווען מיט עטליכע נקודות ארויסברענגענדיג ווי חביב די אידן זענען ביים אויבערשטן און אז 'ער וויל' משפיע זיין גוטס,
דער רב האט געטייטשט 'לעולם יירשו ארץ' מ'קען בעטן אויף גשמיות, 'מעשה ידי להתפאר' ווייל דער אויבערשטער טוט זיך אויף מיט די אידן און ער וויל זיי געבן גוטס.
ב - מ'זעהט אין די גמ' אז שלמה המלך האט מתפלל געווען אז א גוי'ס תפילה זאל דער אויבערשטער אייביג אויסהערן, ווייל א איד איז ממילא נישט קורא תגר ווייל ער ווייסט אז דער אויבערשטער מיינט זיין גוטס,
האט דער רב געטייטשט 'לעולם יירשו ארץ' מ'קען בעטן אויף גשמיות, ווייל א איד ווייסט אז 'מעשה ידי' דאס וואס קומט ארויס פון ביידע הענט, אפי' פון די לינקע וואס ווייזט אויף דין, 'להתפאר' איז באמת גוטס, ווייל א איד איז נישט קורא תגר.
ג - דער זיידע ז"ל דער ייטב לב זאגט אז אידן זענען געגליכן צו שמן זית, אזויווי ביי זיתים קומט די אויל נאר ארויס דורך כתישה, אזוי אויך ביי אידן, דורכדעם וואס דער אויבערשטער שטויסט אידן, מ'האט צרות, ווערט מען מער ערליך,
האט דער רב געטייטשט, 'מעשה ידי' פון ביידע הענט, 'להתפאר' קומט ארויס גוטס, אפי' פון די לינקע וואס ווייזט אויף דין, ווייל דורכדעם ווערן אידן ערליך.
דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם גרויסן כח פון צדיקים, גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהם, א צדיק בלייבט לעבן, מ'קען נאך גיין צו זיין ציון און פועל'ן ישועות ורפואות.
דער רב האט אויסגעשמועסט אז ס'איז דא צוויי וועגן וויאזוי מתפלל צו זיין ביי קברי צדיקים, א - בעטן פונעם אויבערשטן בזכות דעם צדיק, ב - מ'בעהט פונעם צדיק זאל פועל'ן ביים אויבערשטן, אבער ס'איז דא א דיון אין די פוסקים צו דאס הייסט אז מ'איז 'דורש אל המתים' וואס דאס איז אסור,
אבער מזקנים אתבונן אז מ'האט יא געבעטן דעם צדיק, און דער רב האט געברענגט עטליכע ראיות דערצו.
א - אמאל ווען דער זיידע ז"ל דער ישמח משה האט געדארפט א ישועה, האט ער געשיקט א קוויטל צום ציון פונעם הייליגן רמ"א זי"ע,
האט דער ישמח משה געזאגט אז מ'זאל אים גיין זאגן ביים ציון, "כ'קען די טבע פון משפחה אז זיי זענען בעלי ענוה, אבער מ'פסק'ענ'ט ווי דיר, דו האסט א גרויסע כח אויבן אין הימל",
און דער ישמח משה האט געטייטשט 'יבואו ויגידו צדקתו' אױב מ'קומט צו א צדיק פארציילן זיין צדקות, 'לעם נולד' איז אפי' אין די שפעטערדיגע דורות, 'כי עשה' קענען זיי מאכן ניסים.
ב - ווען אליהו הנביא איז געגאנגען צו די אבות הקדושים ביים חורבן הבית האט ער געפרעגט "פארוואס שלאפט עטס?", ער האט נישט געבעטן דעם אויבערשטן.
ג - דער זיידע ז"ל דער ייטב לב איז געגאנגען צום ציון פון זיידן ז"ל דער ישמח משה, און אים געזאגט "זיידע דו האסט דאך צוגעזאגט אז דו וועסט ברענגען משיח, מ'האלט שוין אזויפיל יארן שפעטער ועדיין לא נושענו".

👁 19