🌴 בצל מורינו 🌴מאנטאג · א׳ אב תשפ״ד · Aug 5, 2024 · 5:10 PM#153ארום 7:30 נאכמיטאג האט הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א פארגעלערנט פרקי אבות בהיכל הביהמ"ד,דער רב האט זיך געשטעלט אויף די משנה 'כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא' און אויסגעטייטשט אויף עטליכע אופנים במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע און פון רבותיה"ק העצי התמרים זי"ע, און ארויס געברענגט צווישן אנדערע די גרויסע כח פון די צדיקים צו פועל'ן אויך נאך זייער הסתלקות, וגדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן.דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:05.צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א - ק"י.ביים ליינען זענען מכובד געווארן:הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו - ק"י.בעל קורא: ר' מאיר ב"ר יעקב שרייבער הי"ו - לאנדאן.כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו - ק"י.לוי: הרב אשר ישעי' הורוויץ הי"ו.שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ק"י.דער רבי איז געגאנגען הגבה.גלילה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו ק"י."דא היא סעודתא דזעיר אנפין"נאך מנחה איז דער רבי ערשינען אויפן אויבן אן צו סעודה שלישית,מען האט אויפגעגעבן מילכיגס כנהוג צו עסן מילכיגס ביי שלו"ס איינמאל א יאר,דער רבי האט אויסגעשמועסט און ארומגערעדט איבער די מנהג ביי צדיקי בית סיגוט און צאנז און דערנאך ארויף געשמירט פוטער אויף די חלה און געטרינקן א קאווע.דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו - מראה"ק לאנדאן.אודה האט מען געזינגען אויפן ניגון פון "היה עם פיפיות" פון מרן בעל עצי חיים זי"ע.שיר המעלות: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק לא יחל דברו, זאגט די מדרש יחל ישראל אל ה' מעתה ועד עולם, לכאורה וואס איז די שייכות צווישן די צוויי מימרות.דער זיידע דער ייטב לב זי"ע טייטשט אויף די מימרא 'מפני מה היה אמותינו עקרות מפני שהקב"ה מתאווה לתפילתן של צדיקים' אז וויבאלד נישט יעדע איד איז ראוי צו געהאלפן ווערן ווען ער האט א פראבלעם אבער אויב האט א צדיק געהאט דעם פראבלעם און האט מתפלל געווען אויף דעם העלפט עס פאר אנדערע מענטשן אויך,דער זיידע דער קדושת יו"ט זי"ע שטעלט זיך אויך אויף דעם, ער זאגט ס'שטייט ביי שרה אמנו הרבה עקרות נפקדו עמם, טייטשט דער קדושת יו"ט זי"ע אז דאס גייט ארויף אויף שפעטערדיגע דורות עד עולם, שרה אמנו האט אויסגעפועלט פאר די שפעטערדיגע דורות, אסאך אידישע קינדער וואס ווארטן געהאלפן צו ווערן,אז א איד שטעלט זיך דאווענען פאר זיך און פאר אלע אידן, ער וויל פועל'ן ישועות, הייבט ער אן אריין טראכטן מה אנו מה חיי, איך קען פועל'ן א ישועה? אבער אז מ'דערמאנט חסדי אבות, מ'דערמאנט זכות אבות, די כח פון זייער תורה, זייער צדקות, זייער כח צו פועל'ן ישועות, בפרט אז מען איז זוכה צו זיין אויף דעם מקום וואו זיי האבן געדינט עבודת הקודש בכל נימי נפשם, זיי האבן פארשיינט די וועלט בקדושתם, אונז שטיי מיר דא אויף דעם פלאץ! דא איז דער זיידע דער ישמח משה געקומען אהער שבת קודש, געזאגט א דרשה און מעורר געווען אידישע קידער צו תשובה, דא האט משמש געווען ברבנות דער זיידע הרה"ק ר' אלעזר ניסן זי"ע 6 יאר, דער זיידע דער ייטב לב זי"ע 25 יאר, דער זיידע דער קדושת יו"ט זי"ע 21 יאר, דער זיידע דער עצי חיים זי"ע 22 יאר, כולם שוין לטובה! זיי האבן מרומם געווען דעם קרן התורה, מרביץ תורה געווען פאר בחורי חמד, אריין געשיינט אידישע הערצער תורה, יראת שמים, מדות טובות, און חסידות פאר טויזנטער אידן במשך הדורות, מעורר געווען לתשובה מיט דרשות חוצבים להבות אש, דא האבן זיי אויסגעוויינט און אויסגעוואשן אידישע הערצער צו תשובה שלימה, דא האבן זיי גע'פועל'ט ישועות מיט די תפילות, אידן זענען געהאלפן געווארן מיט קינדער, מיט רפואות, מיט פרנסה, באפרייט געווארן פון מיליטער, אידן זענען געהאלפן געווארן מיט שידוכים, אידן זענען געהאלפן געווארן מיט קענען מגדל זיין ערליכע לעכטיגע דורות על דרך התורה יראה וחסידות!! קען מען זאגן "לא יחל דברו" לא יעשה דבריו חולין, מ'קומט דא מתפלל זיין, מען זאל נישט זאגן איך בין נישט ווערט מתפלל צו זיין, איך בין נישט ווערט צו פועל'ן, לא יחל דברו, יחל ישראל אל ה', אידן זאלן ארויס קוקן און האפן אל ה', ה' פקד את שרה מיט מידת הרחמים, מידת החסד ורחמים אפילו אויף די שפעטערדיגע דורות ווי דער זיידע דער קדושת יו"ט זאגט.'יחל ישראל אל ה' מעתה ועד עולם' עד ימינו אלה, אונז זענען דא, מיר האפן געהאלפן צו ווערן מיט אלע בקשות,דער זיידע אין עצי חיים פרשת תרומה ברענגט די גמרא אז די אבות זענען מתפלל, זאגט דער זיידע אז דארט וואו זיי פלעגן מתפלל זיין בחיים חיותם קומען זיי לאחר פטירתם צום זעלבן מקום,ליינט מער ▾👁 28