🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ב׳ אב תשפ״ד · Aug 6, 2024 · 4:57 PM
#156
= זונטאג פרשת דברים =

~ המשך הנסיעה למקומות הקדושים ע"י הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ~

מוצאי שבת אין די שפעטע נאכט שעה'ן אום 1:45 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט פון עיר האבות סיגוט אין רומעניע אויפ'ן וועג קיין קערעסטיר וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט אין ר' ישעי'לע'ס הויז.

אינדערפרי איז דער רב געגאנגען אינעם ארטיגן מקוה, און דערנאך געדאווענט תפילת שחרית אינעם הייליגן קוויטל שטוב פונעם מופת הדור הרה"ק ר' ישעיל'ע מקערעסטיר זצ"ל.

נאך שחרית האט דער רב פוקד געווען דעם ציון הק' פון הרה"ק ר' ישעיל'ע זצ"ל,
דער רב איז אריינגעקומען אינעם אוהל הק' און געצינדן ליכט, דערנאך האט דער רב געזאגט די מזמורי תהלים פון קאפיטל צ' ביז ק"ז און דעם יהי רצון בבכיות נוראות ובהתעוררות רב,
דערנאך האט זיך דער רב משתטח געווען אויפ'ן ציון הק' פאר א לענגערע צייט.

שפעטער איז דער רב ארומגעגאנגען אין באגלייטונג פון די רבני ועסקני המקום ובראשם הרב ר' אלי' גרויס שליט"א מ'קערעסטיר בערבעשט ובנו הרב ר' ישעי' שליט"א יו"ר התאחדות אברכים דקהילתינו הק' וומ"ס זיך אומצוקוקן אויף די בוי ארבעט ביים נייעם הכנסת אורחים וואס ווערט יעצט געבויעט גלייך דערנעבן פון ר' ישעי'לע'ס הויז, און דערביי געהערט א באריכט פון די פילע פעולות וואס ווערט געטוהן אויפ'ן פלאץ, און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

שפעטער פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען צום שטאט איהעל פוקד צו זיין ציון הק' פון זקינו הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע ממחרת ההילולא אין ראם פונעם נסיעה בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

מיר לייגן דא ארויף די באריכט פונעם מסיבת לחיים ומעמד הכנה לעלי' לציון הק' און אזוי אויך פון די עלי' לציון אין שטאט איהעל אהערגעשטעלט דורך מערכת בצל הקודש - ותשואת חן חן להם.

🌴בצל הקודש🌴

עטליכע מינוט נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד הכנה לפני עלי' לציון אינעם שאטער הגדול,
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן זכותו יגן עלינו,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.

נאכן לחיים ארום 12:30 איז דער רבי ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט פילע הונדערטער אנשי שלומינו,
ביים אריינקומען אין אהל האט דער רבי געצינדן פינף לעכט מיט א נשמה לעכט און דערנאך זיך אנגעלאנט אויפן ציון הק' מיט בכיות נוראות בשעת דער ציבור זינגט אני מאמין בביאת המשיח,
נאך עטליכע מינוט האט דער רבי אנגעהויבן צו זאגן די תפילה פון שלום עליך רבי ומורי וואס איז נתחבר געווארן דורכן בעל הילולא זי"ע מיט בכיות עצומות,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי פון צ' ביז ק"ז און געזאגט די יהי רצון בקול בכי פאר א לענגערע צייט און געזאגט קדיש,
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך בשעת דער עולם זינגט ניגוני התעוררות,
נאך א לענגערע צייט ליינען קוויטלעך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויפן ציון הק' מען האט געענדיגט ארום 1:40, און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
~🌴~
👁 34