= דאנערשטאג פרשת דברים =
מיטוואך במשכ'ן טאג האט דער רב געוויילט אין קרית יואל,
אום 9:50 אויפדערנאכט האט דער רב געדאוונט תפילת מעריב אין חדר יעקב מרדכי בבית מדרשינו הגדול.
דאנערשטאג אינדערפרי האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום טשעסטער געגנט אין קרית יואל,
ארום 8:30 איז דער אנגעקומען אין ישיבת דרך התורה סניף ב' בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי לייגן טלית ותפילין,
דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי, און דערנאך גומל געבענטשט נאכ'ן זיך צוריקקערן פון די דערהויבענע נסיעה אויף קברי אבות אין אייראפע,
נאכ'ן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פונעם רב.
דערנאך איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים בהיכל הביהמ"ד,
מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די תלמידי הישיבה,
דער רב מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה בפרשת השבוע, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'בערבה מול סוף' און ארומגערעדט איבער עטליכע ענינים בעבודת התפילה,
דער רב האט צווישן אנדערע געטייטשט אז מ'דארף דאווענען 'בערבה' מיט א זיסקייט, 'מול סוף' ביז צום סוף אן קיין הפסק, און מאריך געווען איבער די חשיבות פון דאווענען אן מפסיק זיין בדברים בטלים,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'טאר אפי' נישט לערנען אינמיטן דאווענען, 'זמן תורה לחוד זמן תפילה לחוד', דער רב האט ממשיל געווען אז לערנען אינמיטן דאווענען איז אזויווי עסן א קאלטע אייז-קרעם אינמיטן א הייסע זופ,
דער רב האט בדרך צחות געזאגט אז אפי' ווען מ'קומט דא אן אין ישיבה פאר שחרית אויף אן אומגעראכטענע באזוך און די בחורים דארפן זיך צוגרייטן א תורה [צוליב וואס דער רב איז יעדע וואך מכבד עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה, און מ'זאגט נישט פון פאראויס װעם דער רב וועט מכבד זיין], מעג מען עס אויך נישט טוהן אינמיטן דאווענען, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג צוריק קיין קרית יואל.
ארום 6:00 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען צו ישיבה קטנה אור החיים אין קרית יואל בהנהלת הרה"ג ר' יואל פארקאש שליט"א,
ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה,
נאכ'ן דאווענען זענען די בחורים אריבער שלום נעמען פון רב.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג המנהל שליט"א און מקבל פנים געווען דעם רב מיט פאסיגע דיבורים,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן מנהל, די מגידי שיעור, און פאר די תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה בדברי הדרכה פאר די תלמידי הישיבה, דער רב האט צום ערשט געטייטשט עטליכע פסוקים בפרשת השבוע בענינים הנוגעים לעבודת השם ובפרט פאר בחורים,
דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט לשבח די תלמידי הישיבה אז מ'הערט כסדר צוריק גוטע גריסן פון די ישיבה, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכת לרוב,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 6:55.
אויפדערנאכט האט דער זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין קרית יואל,
צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת הבר מצוה פון הבחור בן מוה"ר עזריאל מאיר קאהן הי"ו פון וויליאמסבורג, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון כינור דוד,
ארום 10:00 איז דער רב אנגעקומען, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בחור הבר מצוה, פאר'ן טאטן, און פאר די זיידעס,
דער רב האט משמיע געװען א דרשה בעניני בר מצוה וקדושת התפילין, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז אזויווי מ'מאכט יעצט א שמחה, זאלן די טעג אויך ווערן ימי שמחה בביאת גואל צדק בב"א.
ארום 10:40 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר אברהם יעקב בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל,
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער שלום נעמען פון רב, דערביי האט זיך פארמירט א שמועס מיט עטליכע בחורים תלמידי ישיבה קטנה דרך התורה וואו דער רב האט זיי אויסגעפרעגט וויאזוי ס'גייט די לימודים אין ישיבה און נאך,
דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אין קרית יואל.
שפעטער האט זיך דער רב צווישן אנדערע באטייליגט ביים שמחת הוואכנאכט לבן הנולד אצל מוה"ר משה דוד דאווידאוויטש הי"ו וואס איז פארגעקומען אין שטוב פון אביו הר"ר חיים אלעזר שליט"א מנהל בישיבה קטנה סניף אבני צדק קרית יואל,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער סנדקאות, און נאך שיינע ענינים בעניני ברית'ן,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בעלי שמחה ברכות לרוב.
א גוט שבת.

👁 16