🌴 בצל מורינו 🌴מאנטאג · א׳ אב תשפ״ד · Aug 5, 2024 · 5:10 PM#154די גמרא זאגט אין מסכת סוטה א גזירה שוה, ויהי שם בהר, וימת שם משה, מה שם עומד ומשמש אף כאן עומד ומשמש, א לשון פון חז"ל מה להלן עומד ומשמש, אף כאן, וואס הייסט כאן? ס'דארף ווען שטיין אף שם, לאחר פטירתו דארט אויבן אין הימל, אבער ניין, ס'שטייט אף כאן, משה רבינו איז דא מתפלל לאחר פטירתו! נישט אין הימל, נאר דא אויף די וועלט!דא וואו די צדיקים האבן גע'פועל'ט ישועות, דא וואו זיי האבן מעורר געווען, דא וואו זיי האבן עומד ומשמש געווען אין עבר, אויך יעצט זענען זיי ווייטער מתפלל דא,אונז זעמיר דא, אידישע קינדער קוקן ארויס אויף ישועות אין די אלע ענינים, ברכת הבנים, רפואות, פרנסה בהרחבה, פריי ווערן פון מיליטער, גוטע שידוכים, מגדל זיין ערליכע דורות ישרים ומבורכים אין די שווערע זמנים מיט די שווערע נסיונות, ערליכע לעכטיגע קינדער ע"ד האבות, מ'האפט אז אלע וואס זענען דא גייען אהיים גיין מיט א סל מלא ברכות וישועות אין אלע ענינים,היינט איז די יארצייט פון זיידע ישמח משה זי"ע, עס איז באקאנט אז ער האט אמאל געהאט א שווערע הזכרה האט ער געשיקט א שליח צו דער רבי ר' מענדעל'ע מרימנוב זי"ע, האט ער משיב געווען אז ער קען אליינס, ער זאל אליינס פועל'ן,"משה רבינו זאגט פאר די ראשי המטות לא יחל דברו, לא יעשה דבריו חולין, לאז נישט אוועק מאכן דיין כח התפילה, נאר אליינס זאל ער פועל'ן פאר אידישע קינדער ישועות, אידן זענען זיך מטריח און קומען צו גיין צו מקום מנוחתו מתפלל זיין אויפן הייליגן ציון, לא יחל דברו, לא יעשה דבריו חולין, דער זיידע ז"ל איז בכח אויסצו'פועל'ן ישועות, ישועות כלליות, און ישועות פרטיות פאר יעדעם איינער וואס קומט מתפלל זיין אויף זיין ציון, השי"ת זאל העלפן ימלא ה' כל משאלות לבבם לטובה,אידן קומען פון די מרחקים מתפלל צו זיין אויפן ציון, און זענען זיכער דער צדיק דער זיידע ז"ל שטייט במקום מנוחתו און ער איז עומד ומשמש, אין עמידה אלא לשון תפילה, ער איז מתפלל פאר די אלע אידן וואס זיי קומען, אזויווי די עדות פון זיין תלמיד דער ליסקער רב ז"ל וואס האט געזען מיט די אייגענע אויגן ווי דער זיידע דער ישמח משה שטייט און בענטשט ברכת כהנים אלע אידן וואס זענען געקומען אויפן ציון, אונז האפן געבענטשט צו ווערן מיט די ברכת כהנים, יברכך ה' וישמרך, די מדרש זאגט יברכך ה' בגופך, דאס איז פשטות בריאת השלימות, יעדער איינער זאל זיין געזונט, וישמרך מייצר הרע, מזאל זוכה זיין צו עבודת ה' ניצול צו ווערן פון דער ייצר הרע פון די נסיונות פון ייצר הרע, יברכך ה' בתלמוד, מ'זאל זוכה זיין עוסק צו זיין בתורה, צו פארשטיין לערנען, ללמוד וללמד להבין ולהשכיל דברי תורה, יברכך ה' בנכסים, געבענטשט צו ווערן מיט עשירות, פרנסה בהרחבה גדולה, יברכך ה' בבנים ווי די מדרש טייטשט אויס די ברכות, ווער ס'וועט דארפן זאל נפקד ווערן מיט זש"ק, יברכך ה' בבנים, די בחינה פון בנים למקום, זרע קודש עובדי ה' תלמידי חכמים וחסידים אהובים למעלה ונחמדים למטה, וישם לך שלום, אידישע הייזער זאל זיין שלום בית, בין איש לאשתו ובין אבות לבנים, ישועות פאר יעדעם איינעם, יעדער איינער וואס קומט ובפרט פאר יוצאי חלציו פונעם זיידן ז"ל זאל זיין עטרת זקנים בני בנים,אונז זעמיר זוכה צו קומען אויף קברי צדיקים, דעם פרייטאג עש"ק און מארגן אי"ה נאך, עס כאפט אן אימה און א פחד, מען הייבט אן אריין צו טראכטן לפני מי אתה נכנס, וואו גייט מען, א הייליגער מקום ציון המצוינת קוה"ק, אזעלכע צדיקים וואס שרפי מעלה האבן געהאט א פחד פון די צדיקים, מ'קוקט זיך אן, מיט וואסערע פנים גייט מען אריין אין די הייליגע אוהלים, מ'גייט אריין אין די ד' אמות מקום מנוחתם, מיר ווייסן וויאזוי מ'זעט אויס אין תורה, אונזער עבודה, מ'איז מלא בושה וכלימה, מ'הייבט אן אריין טראכטן גודל קדושת רבותיה"ק זי"ע, די כח פון זייער תורה, זייער עבודת הקודש יומם ולילה, זייער צדקות ווי זיי האבן געשיינט אן אור בהיר בשחקים פאר טויזנטער אידן, מ'קוקט זיך אן מה אנו מה חיי, אני רימה ותולעה, בוש אני מחטאי, כהאף דא אין דעם מקום וואו אבותי הק' האבן מעורר געווען אידישע קינדער צו תשובה, געוואשן דא אידישע הערצער, אידן בשעתם האבן תשובה געטאן, אונז האף מיר אונז זאל מיר אויך זוכה זיין צו א הרהור תשובה כל שהוא,די מקום איז מסוגל מ'זאל זיך מקבל זיין קבלות טובות זיך צו פארבעסערן מהיום והלאה אין אלע ענינים, און השי"ת זאל העלפן מ'זאל קענען מוציא זיין מכח אל הפועל די אלע קבלות און עס מקיים זיין, עס אויסצופירן עס זאל זיין לא יחל דברו לא יעשה דבריו חולין, נאר זוכה זיין לשמור ולעשות ולקיים, די נסיעה זאל נישט זיין א ביאה ריקנות, יעדער ביי זיך ווייסט נגעי נפשו וויאזוי מ'זעט אויס און אז מ'דארף זיך פארבעסערן,ליינט מער ▾👁 29