🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · א׳ אב תשפ״ד · Aug 5, 2024 · 5:10 PM
#151
= שבת קודש פרשת מטו"מ ~ עיר האבות סיגוט רומעניע =

הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א האט מיטגעהאלטן אלע אלע תפילות און עריכת השולחנות בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
שבת נאכמיטאג אום 7:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם שוהל הויף וואו דער רב האט פארגעלערנט פרקי אבות, א דעטאלירטע באריכט פונעם דרשה וועט אי"ה נאכפאלגן.

מיר לייגן ארויף די באריכט פונעם גאנצן שבת אהערגעשטעלט דורך מערכת בצל הקודש - ותשואות חן חן להם.

🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת מטו"מ - שבת מברכים חודש מנחם אב - שבת הילולא קדישא פונעם ראש השושילתא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע בצל הקודש פון ממלא מקומו וממשיך דרכו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
די שבת איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר בעיר האבות סיגוט יע"א אינאיינעם מיט הונדערטער אנשי שלומינו פון איבער דער גארער וועלט=

ערש"ק ארום 8:20 - צוואנציג מינוט פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי געצינדן די נרות שבת בהיכל הביהמ"ד.

פאר תפילת מנחה האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א בהיכל הביהמ"ד מיט א דרשת הכנה לשב"ק בגודל מעלת וקדושת השבת.

ארום 9:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש מעוטף בטליתו, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און אויסגעשריגן "הודו לה' כי טוב" בקול רם ובהתלהבות אש, און גאר שטארק מאריך געווען ביי חזרת הש"ץ בקול בכי ובהתעוררות רב.
צו קבלת שבת האט דער רבי צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, און דערמאנט פארצוזאגן מזמור לדוד הבו לה' פסוק בפסוק כמנהג המקום ק"ק סיגוט.
במשך אלע תפילות האט דער רבי געזאגט די קדישים לרגל די יומדה"ק.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 11:00 אזייגער.

נאכן דאווענען האט דער רבי געוואונטשן גוט שבת פאר די רבנים ודיינים אויפן אויבנאן און דערנאך איז דער רבי אראפ לביתו נאוה קודש ווי דער גאנצער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען בשעת מען האט אויסגערישט דעם היכל הביהמ"ד פאר די סעודה ועריכת שולחן הטהור.
הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו הק' בוומ"ס האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה בגודל קדושת המקום והזמן אינעם חדר האוכל.

"סעודתא דחקל תפוחין קדישין"

ארום 11:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור בהיכל הביהמ"ד,
אויפ'ן אויבנאן האבן באשיינט פילע רבני קהלתינו הק' ובני וחתני כ"ק מרן רבינו שליט"א,
און די היכל הביהמ"ד איז געווען פיל געשטאפט מיט הונדערטער אנשי שלומינו וועלכע זענען געקומען פון נאנט און פון ווייט מיטצוהאלטן דעם דערהויבענעם שבת הילולא בצל הקודש.

דער רבי האט אנגעהויבן די שלום עליכם מיט אן אויסטערלישע קאך און ברען אריינשלעפנדיג דעם גאנצן ציבור אין א התלהבות אש קודש.

מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דער רבי האט קידוש געמאכט בקול רם באש להבת שלהבת, און מוציא געווען דעם גאנצן ציבור, מען האט אראפגעשיקט קידוש וויין, און דער עולם האט זיך געוואשן צום סעודה,
במשך די טיש האט מען מאריך געווען בשירות ותשבחות בהתרוממות הנפש,
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א - לאנדאן.
מנוחה ושמחה: הרב נפתלי בן הרה"ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א - לאנדאן.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'נחנו נעבור חלוצים' און עס אויסגעטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע בדרך דרוש אינעם סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א - מאנטשעסטער.
ברכת המזון: הגה"צ רב דקהלתינו 15'טע עוו. ב"פ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע.
קה רבון עלם: הרב חיים מאיר טייטלבוים שליט"א - ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די קינדער.

דערנאך האט מען אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שיריים פאר די בני המשפחה און פאר אנדערע אנשי שלומינו לרגל שמחות נכדיהם הנולדים להם למז"ט.
אז ביום השביעי: הר"ר יעקב שלמה רובינפעלד שליט"א - ק"י, מו"ל ספר אוצרות ישמח משה.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:40.
👁 24