🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ז׳ אב תשפ״ד · Aug 11, 2024 · 12:48 AM
#168
= פרייטאג פרשת דברים =

אום 9:15 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל,
פאר'ן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל מוה"ר נפתלי הערש ברי"ש פאלאטשעק הי"ו וואו דער רב האט געזאגט די ברכות וקריאת השם.

אום 9:40 איז דער רב אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין חדר אברהם יעקב,
מהאט געענדיגט ארום 10:30, און דער רב איז אהיים לביתו אין קרית יואל.

ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד בעהוץ אין קרית יואל וואו עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל מוה"ר משה דוד דאווידאוויטש הי"ו,
ביים אנקומען האט זיך דער רב אראפגעזעצט בהיכל הביהמ"ד און עוסק געווען בלימודו פאר א שטיק צייט,
דערנאך איז פארגעקומען דעם ברית מילה וואו דער רב איז מכובד געווארן מיט סנדקאות,
הרב ר' צבי ארי' טויב שליט"א רב דביהמ"ד בעהוץ האט געזאגט די ברכות,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל ברית און פאר די זיידעס,
דערנאך האט דער רב משמיע געװען א דרשה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף 'הרחמן הוא יברך בעל ברית המילה אשר שש לעשות צדק בגילה' און ווייטער שטייט 'ויזכה לראות פני השכינה שלש פעמים בשנה', און געפרעגט וואס איז די שייכות,
האט דער רב מסביר געווען מיט דעם וואס מען גייט נאר עולה רגל זיין די דריי ימים טובים, פסח שבועות און סוכות, לכאו' ס'איז דאך דא פינעף ימים טובים מיט ראש השנה און יום כיפור, און נאכמער ביי אונז חסיד'ישע אידן האט מען געזעהן פונקט פארקערט אז ראש השנה און יום כיפור איז מען געפארן צו א רבי'ן,
האט דער רב מחדש געווען אז די סיבה איז ווייל ביי די דריי ימים טובים שטייט 'ושמחת בחגך', און דער אויבערשטער וויל נאר אז מ'זאל קומען צו אים ווען מ'איז פרייליך, און טוהן די מצוה פון עולה רגל זיין בשמחה,
האט דער רב געטייטשט, 'אשר שש לעשות צדק בגילה' וויאזוי ווייסט מען אז טוהן א מצוה בשמחה איז א גרויסע זאך? פון 'ויזכה לראות פני השכינה שלש פעמים בשנה',
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז ס'זאל זיין מער ווי פינעף ימים טובים, תשעה באב און שבעה עשר בתמוז זאלן ווערן ימים טובים, 'והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה' בביאת גואל צדק בב"א.

דער רב האט מכבד געווען דעם רב הביהמ"ד צו זאגן תורה, און עס האט זיך פארמירט א שמועס בדברי תורה,
דער שמש האט געמאכט דעם 'מי שברך',
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד ארום 12:10 אויפ'ן וועג לביתו אין קרית יואל.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג וואו דער רב וועט וויילן אויף שבת.

א גוט שבת.
👁 18