דער רב האט נאכגעזאגט דעם ייטב לב אין די הקדמה וואס ער זאגט אז ער מאכט דעם ספר הק' ייטב לב ווייל ער וויל קענען משפיע זיין ישועות פאר אידן לאחר פטירתו, און דורכדעם וואס ס'וועט זיין שפתותיו דובבות בקבר וועט ער קענען משפיע זיין,
האט דער רב אויסגעפירט אז די ייטב לב אליינס וויל דאך, נו אויב אזוי, זאל ער טאקע משפיע זיין ישועות ורפואות למען הכלל והפרט.
דער רב האט ווייטער ממשיך געווען ארומצורעדן איבער די כח פון צדיקים, און ווי מ'קען פועל'ן ישועות, און אויסגעפירט מיט א קול געשטיקט פון טרערן, כ'וויל דערמאנען די נעמען אין אזא מקום קדוש, מ'איז ארויף צו די ציונים פון רבינו יקותיאל יהודה בן הרה"ק ר' אלעזר ניסן, רבינו חנני' יו"ט בן הרה"ק ר' יקותיאל יהודה, רבינו משה יוסף בן הרה"ק ר' יקותיאל יהודה, רבינו חיים צבי בן הרה"ק ר' חנני' יו"ט, מ'גייט זונטאג ארויפגיין צום ציון פון רבינו משה בן הרב ר' צבי, זאל מען זיי זאגן וואס פאר א כח זיי האבן אויבן אין הימל, וועלן זיי אויס'פועל'ן ישועות למען הכלל והפרט.
דער רב האט פארציילט פילע עובדות וסיפורים פון ישועות וואס מ'האט געזעהן ביי צדיקים סיי בשעת זיי האבן געלעבט און אפי' היינטיגע צייטן,
דערביי האט דער רב נאכגעזאגט פונעם אך פרי תבואה אז ער האט געזעהן ווי דער הייליגער ישמח משה זי"ע שטייט אויסגעשטרעקט און בענטשט יעדן וואס קומט צו זיין ציון ברכת כהנים, און איז אוודאי משפיע כל טוב.
דער רב האט פארציילט א מעשה פלא וואס האט זיך אפגעשפילט אין די נישט ווייטע פארגאנגנהייט ביים נסיעה פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בשנת תשנ"ח, ווען נאך שחרית אין שטאט איהעל האבן די שטוב מענטשן געוואלט אז דער רבי זאל קודם עסן, אבער דער רבי האט תיכף געוואלט ארויפגיין צום ציון, די שטוב מענטשן האבן אריינגעשיקט די עסן מיט א אינגערמאן,
דער ברך משה האט יענעם פארגעהאלטן "וואס ברענגסטו מיך אריין עסן, כ'בין דען געקומען צום עסן?! איך וויל קודם גיין צום ציון",
האט דער אינגערמאן אנגעהויבן צו וויינען און זיך אויסגעגאסן די הארץ אז ער איז געקומען פאר א ישועה, ער איז שוין חתונה געהאט זעקס יאר און ער האט נאכנישט קיין קינדער,
האט אים דער רבי געזאגט 'דו ביסט א געהאלפענער! דו וועסט זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך!'
איינער פון די רבי'ס קינדער איז צוגעגאנגען צום אינגערמאן זאגן אז ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט פון טאטן אזא לשון,
שפעטער ביים ליינען די קוויטלעך ביים ציון האט דער אינגערמאן אויך געשיקט זיין קוויטל וואו עס איז געשטאנען זיין נאמען לזש"ק, האט זיך דער רבי אנגערופן 'איך האב אים שוין געזאגט אז ער איז א געהאלפענער',
איבריג צו זאגן אז א יאר דערויף האט ער געהאט א קינד,
האט דער רב אויסגעפירט אז די וואך האט די מעשה געהאט א המשכה, ווען נאך א לענגערע צייט ווארטן פאר א דור שלישי קומט דעם שבת קודש פאָר די קידוש פאר זיין ערשטע אייניקל ביומא דהילולא פונעם ישמח משה.
דער רב האט ארומגערעדט איבער וויפיל צרות אידן מאכן נעבעך מיט, און ארויסגעברענגט אז מ'האפט ווען מ'קומט דא לייגט מען אראפ אלע פעקלעך און מ'פועל'ט אויס אלעס גוטס,
און אויסגעפירט זאל דער אויבערשטער העלפן אז ס'זאל טאקע אזוי זיין, מ'זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס און אהיימפארן דא לאזנדיג אלע פעקלעך פון צרות און יסורים, און מיטנעמען אלע השפעות טובות.
דער רב האט זיך באדאנקט פאר די עסקנים וואס האבן זיך אריינגעלייגט אין אויפבויען דעם בנין הביהמ"ד דא אין שטאט סיגוט, און פאר די נגידים וואס זענען געשטאנען צו הילף דורכאויס די גאנצע צייט, וואס דורכדעם איז צושטאנד געקומען אזא הערליכע מקום, און דערביי ארויסגעברענגט אז ווען מ'איז דא געווען אפאר יאר צוריק האט מען געדארפט גיין אין מקוה אין טייך, און שלאפן אין אן אלטע גוי'אישע האטעל,
און אויסגעפירט אז די צדיקים האבן זיכער הנאה און זענען מכיר טובה פאר אלע וואס האבן צוגעהאלפן דערצו.
דער רב האט מיט א התרגשות ארויסגעברענגט ווי מ'זעהט די שיינקייט פון 'סאטמאר', אז ס'איז געווען אכט אידן וואס האבן אוועקגעגעבן זייערע פלעצער אויפ'ן פליגער וויבאלד אנדערע אידן האבן געהאט א פראבלעם מיט'ן פליגער, אפי' זיי האבן נישט געוואוסט ווען זיי אליינס וועלן אנקומען, דאס האט דער רבי ז"ל אונז אויסגעלערנט, און זיי האבן זיכער גע'פועל'ט אפי' זיי זענען נישט דא געווען ביים עלי' לציון.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן עולם, און אויסגעפירט אז מען זאל שוין בקרוב ממש זוכה זיין צו דעם גרויסן זמן ווען דער טאטע זאל זיין געזונט וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו בהתרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן.
*
תיכף נאכ'ן שיעור פרקי אבות האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד אינעם שוהל הויף,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

👁 19