אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק', וואו עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל מוה"ר איתמר טובי' ווערצבערגער הי"ו, וואו דער רב איז געווען סנדק, דערנאך האט דער רב תפילין געלייגט פאר הב' בן מוה"ר שמואל מאיר רובין הי"ו.
ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול חדר ד'.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל בר"א זילבערשטיין הי"ו - ק"י, און מוה"ר יוסף יושע עפשטיין הי"ו אין די זאל פון פארק מענאר סעליש, און ביים בר מצוה פון הב' בן מוה"ר שמואל מרדכי רובינשטיין הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל. ~🌴~
ארום 6:40 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות אינעם סוכה הגדולה, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אהרן פרענקל הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' אהרן לעוו הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה און זיך געשטעלט אויף די לשון וואס מען בעהט ביי די הושענות 'הושענא יושבת וממתנת עד כלות השבת' וואס אויבנאויף איז דאס נישט קיין מעלה בכלל, און ארויסגעברענגט אז אין די הושענות רעכנט מען טאקע אויס מעלות פון כלל ישראל ווי 'אום אני חומה' און 'ברה כחמה', אבער מען זאגט אויך 'גולה וסורה' און 'נתונה למכים' וואס דאס איז א תפילה ובקשה, און די זעלבע זאך בעט מען דא פון השי"ת 'העלף די אידן וואס ווארטן נעבעך עד כלות השבת' אז זיי זאלן פילן אן עריבות און מתיקות אינעם שבת קודש און נישט וועלן אנטלויפן פונעם שבת.
דער רב האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די גרויסקייט פונעם זמן רעוא דרעוין אין וואס מ'שטייט, און נאכגעזאגט פון צדיקי הדורות איבער די הייליגקייט פונעם זמן, און ארויסגעברענגט די מעלה פון שלש סעודות אז ס'איז קעגן יעקב אבינו, ווייל כדי תשובה צו טון דארף מען דאך זיין באותו מקום ובאותו זמן, און יעקב אבינו איז די איינציגסטע וואס האט געקענט ברענגען די הר המוריה צו זיך, ממילא דורך יעקב אבינו קען מען תשובה טון אויף סיי וועלכע פלאץ ווייל די פלאץ קומט צום מענטש, וועגן דעם איז שלש סעודות געווען די צייט וואס איז געווען מיוחד און מיוסד פאר תשובה.
דערביי האט דער רב משלב געווען די צייט וואס אידישע קינדער נעמען זיך צוזאם צו פראווענען שלוש סעודות וואס זענען די הייליגסטע מינוטן פון וואך אינאיינעם מיט יום טוב סוכות, אז עס שטייט אין טור אז יום טוב סוכות איז אויך קעגן יעקב אבינו און ממילא האט עס די זעלבע מעלה אז ס'איז מסוגל לתשובה, און מיט דעם אויסגעטייטשט דעם תפילה יחשב לי זאת כאילו הרחקתי נדוד.
דער רב האט ממשיך געווען ארומצורעדן איבער די זמנים המסוגלים לתשובה, פון ראש השנה און יום כיפור ווייל מען לערנט ארויס די הלכות פון א גזירה שוה װאס דאס איז אויך מרמז אז א פלאץ קען גיין פון איין פלאץ צום צווייטן, און באזונדער פון הושענא רבה וואס איז אן עקסטערן יום הדין, און מיט דעם אויסגעטייטשט די פסוקים אין קהלת.
באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט אז סוכות איז פון די איינציגסטע מצות וואס די גאנצע גוף טוט, אבער שמחת תורה איז באמת אויך אזוי, די גאנצע גוף דארף טאנצן פאר'ן אויבערשטן, און מ'זאל נישט גיין צו הקפות סתם צו קוקן נאר זיך הייבן צום אויבערשטן, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה אהרן פריעדמאן הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל דוד הורוויץ הי"ו. דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: הגה"צ ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 8:45, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= ליל הושענה רבה =
אום 9:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צו קריאת משנה תורה, בעל קורא: נכד רבינו הר"ר יוקל טייטלבוים שליט"א, מען האט געענדיגט אום 11:45 און דער רב איז אהיים לביתו.
יום הושענא רבה אינדערפרי האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט מיטגעהאלטן די צווייטע טעג יו"ט בצל הקודש פון מר אביו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
מוצאי שמחת תורה ארום 10:00 אויפדערנאכט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג. ~🌴~
אינדערפרי איז דער רב אהיים לביתו וואו דער רב האט מקיים געווען מצות נטילת לולב בסוכה שעל יד ביתו.
ארום 10:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, בעל תפילה שחרית ואמירת הלל: מוה"ר יקותיאל אהרן רובין הי"ו,
דער רב האט אפגעראכטן די עבודת הנענועים פאר א לענגערע צייט באש קודש, ווען דערביי האט דער ציבור געזינגן די נענועים ניגון וואס איז געזינגן געווארן בבית מדרשו של רביה"ק זי"ע, און נאך הלל פארגעזאגט הושענות בהתעוררות רב.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' שליט"א, און הרה"ח ר' הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו, כהן: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', לוי: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו, שלישי: הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', רביעי: מוה"ר שלמה דוב ווידער הי"ו, חמישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.
ארום 7:15 איז דער רב אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפלת מנחה, מען האט געענדיגט מעריב אום 7:50, דער ציבור איז אריבער זאגן גוטן מועד, און דער רב איז אהיים לביתו.
= ימי חוה"מ סוכות =
במשך די ימי חוה"מ האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית ארום 9:45 ברוב עם בהיכל בית מדרשינו הגדול, דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און אפגעראכטן די עבודת הנענועים פאר א לענגערע צייט באש קודש, און נאך הלל פארגעזאגט הושענות בהתעוררות רב, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
= שבת חוה"מ סוכות - אושפיזא דאהרן כהנא קדישא =
ערש"ק ארום 7:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 8:15 און דער רב איז אהיים לביתו.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 10:45 איז דער רב אריינגעקומען אין די סוכה הגדולה שעל יד בית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק, דער רב אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת ניגוני יו"ט סוכות, דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הר"ר גבריאל געשטעטנער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים, דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו, דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'בסכות תשבו שבעת ימים' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול, צווישן אנדערע האט דער רב מסביר געווען פארוואס סוכות איז אנדערש ווי אנדערע ימים טובים אז מ'דארף זיין זיבן טעג, אפילו פסח האט א פשט ווייל ס'איז פון ווען מ'איז ארויס פון מצרים ביז מ'איז אריבערגעגאנגען דעם ים סוף, אבער סוכות האט נישט קיין טעם, האט דער רב ארויסגעברענגט אז כדי צו זוכה זיין צו די גאולה דארף זיין צוויי שבתים, ווייל מ'דארף ארבעטן נאר פאר זעקס טעג און דערנאך היטן שבת, און אין מצרים האט מען געהיטן דעם ערשטן שבת פאר פסח, שבת הגדול, די צווייטע שבת איז מען געווען אין סוכות, ממילא מאכט מען א זכר צו דעם אז ס'מוז אויסקומען א שבת אינמיטן סוכות.
דערנאך האט דער רב געטיילט וויין פאר די אלע וואס טראגן דעם נאמען פון אושפיזא 'אהרן'.
מען האט אויפגעגעבן לעבער, קה אכסוף: הר"ר שלמה כהנא שליט"א, ויהיו רחמיך: הרה"ג ר' יוסף פריעדמאן שליט"א מסטראפקוב.
דערנאך איז פארגעקומען די שלום זכר לבן הנולד אצל ר' פייש הורוויץ הי"ו, און דער רב האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים.
אז ביום השביעי: הר"ר שלום שמעי' מיטטעלמאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף דרך התורה, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 12:20, און דער רב האט פארלאזט דעם סוכה הגדולה.
= וביום השבת קודש =
ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי, נאך תפילת מוסף איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב איז אהיים לביתו.
ערב יו"ט אום 8:15 אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפלת שחרית בביהמ"ד הגדול חדר ב'.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט דער רב געבינדן די לולב.
= ליל א' דסוכות =
ארום 7:10 פארנאכטס איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, און דער רב האט יורד געווען לפני התיבה, נאך עטליכע מינוט האט מען געדאווענט תפילת מעריב, און דער רב האט יורד געווען לפני התיבה, נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוט יו"ט, מ'האט געענדיגט ארום 8:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו, נאכ'ן סעודה איז דער רב אריבער לביתו נאוה קודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף היוז סטריט,אויף איבערנאכט.
= יום א' דסוכות =
אינדערפרי איז דער רב אהיים לביתו וואו דער רב האט מקיים געווען מצות נטילת לולב בסוכה שעל יד ביתו.
ארום 10:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, בעל תפילה פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' הלל לעבאוויטש הי"ו, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית, יוצא, והלל, און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות, דער רב האט אפגעראכטן די עבודת הנענועים פאר א לענגערע צייט באש קודש, ווען דערביי האט דער ציבור געזינגן די נענועים ניגון וואס איז געזינגן געווארן בבית מדרשו של רביה"ק זי"ע, און נאך הלל פארגעזאגט הושענות בהתעוררות רב.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הר"ר יואל שטערן שליט"א - מנהל במוסדותינו, און הר"ר משה אלי' גרין שליט"א - מנהל במוסדותינו, בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' משה לייב טרעגער הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' יואל לעבאוויטש הי"ו - מאנסי, חמישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' זאב דייטש הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' ברוך יהודה שפיצער הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' הערשל שפילמאן הי"ו, גלילה: הר"ר אברהם גרין שליט"א, צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' הלל לעבאוויטש הי"ו, און דער רב האט געזאגט די ברכות און קריאת השם, און דערנאך אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה, מ'האט געענדיגט ארום 2:15, און דער רב איז אהיים לביתו.
= ליל ב' דסוכות =
ארום 6:55 פארנאכטס איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק' וומ"ס צו תפלת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' נפתלי הירצקא פריעדמאן הי"ו,
נאך תפילת מנחה האט דער רב משמיע געווען א דרשה בדברי תורה ופלפול, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'ולקחתם לכם פרי עץ הדר' און געדרשנט א לענגערע צייט אין די סוגיא פון 'לכם', דערנאך האט דער רב ממשיך געווען ארומרעדנדיג איבער כשרות המשקאות און בפרט ווען מען טרעפט זיך על אם הדרך און מען איז זיך מורה היתר צו טרינקן א געוויסע געטראנק וואס מען וואלט נישט געטרינקן סתם אזוי אינדערהיים, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ארום 11:30 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען אינעם סוכה הגדולה שעל יד בית מדרשינו הגדול צום מעמד שמחת בית השואבה - אושפיזא דיצחק, מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני יום טוב סוכות, דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אינעם סוגיא פון קויפן א אתרוג מיט געגנב'טע געלט.
מיט די פיוט 'ישמחו בחגיהם' פון מערבית לליל ב' דסוכות האט דער רב מכבד געווען: הרה"ח ר' יצחק דוב גרינוואלד הי"ו, מען האט אויפגעגעבן פירות, דער רב האט טועם געווען און מען האט פארטיילט פאר'ן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 12:30 און דער רב איז אריבער לביתו נאוה קודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף היוז סטריט, אויף איבערנאכט.
ערש"ק ארום 7:05 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול און דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 8:50, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= וביום השבת קודש =
ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי, נאכ'ן מוסף איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 12:25, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= רעוא דרעוין =
ארום 7:05 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען מוה"ר משה יודא הירש הי"ו, שיר המעלות: מוה"ר שלמה שווארץ הי"ו - ק"י.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף די פסוקי הפרשה און עס אויסגעטייטשט בדרך מוסר וחסידות, און ארומגערעדט שטארקע דברי הכנה צום דערהויבענעם יום טוב סוכות וואו אידישע קינדער זענען זוכה צו תשובה מאהבה, און דערנאך צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
ידיד נפש: מוה"ר אנשיל ליכטנשטיין הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים הלוי העללער הי"ו.
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: הגה"צ ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 9:25, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
מוצ"ש איז דער רב ארויף אויף ניחום אבלים ביי משפחת קויפמאן היושב ע"פ אביהם מוה"ר אשר זעליג ע"ה.
אינדערפרי איז דער רב געזיצן א לענגערע צייט בהיכל בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל און עוסק געווען בלימודו, דערביי זענען פילע אנשי שלומינו צוגעקומען זיך באדאנקען פאר'ן רב אויפ'ן געהויבענעם יום טוב וואס איז אריבער.
ארום 9:40 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר אברהם יעקב.
אין די נאכמיטאג שעות האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין וומ"ס.
תיכף נאך מוסף האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת מנחה, בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' זלמן לייב פילעפף הי"ו, הוצאה והכנסה: הרב יואל שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, בעל קורא: הר"ר זלמן לייב פילעפף הי"ו, כהן: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א, לוי: הרה"ח ר' יונה צבי האפפמאן הי"ו, שלישי - מפטיר: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט''א געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יואל ב"ר יענקל מיטטעלמאן הי"ו, דער רב האט געזאגט די ברכות ההפטורה, און מ'האט געזאגט מפטיר יונה, מנחה האט מען געדאווענט שנעל כנהוג, מען האט געענדיגט ארום 6:20.
דער רב איז צוגעגאנגען צום לעצטן תפילה פונעם טאג - תפילת נעילה, דער רב האט אנגעהויבן מיט א ציטערדיג קול אריינברענגענדיג אן אימה און פחד ביי אלע מתפללים.
מיט פתיחה ביי נעילה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, דער רב האט פארגעדאווענט ברשפי אש קודש נישט לאזנדיג קײן טרוקן אויג אינעם היכל הביהמ"ד, נאך קדיש האט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א פארגעזאגט 'תקיעה', און הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' האט געבלאזן שופר, מען האט פארענדיגט תפילת נעילה ארום 7:50, דער רב האט זיך תיכף געשטעלט דאווענען תפילת מעריב, בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 8:15.
נאך תפילת מעריב האט דער רב געמאכט קידוש לבנה בחצר הביהמ"ד ברוב עם, מ'האט געזינגען טובים מאורות, און דער רב האט אנגעוואונטשן 'א גוט יום טוב', און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
"ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש ~ אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלקיו" ~🌴~
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מ'זאל אויס'פועל'ן אלעס גוטס, און ווערן אנגעשריבן צו א גוט געבענטשט יאר, א שנת גאולה וישועה.
נאך די דרשה האט דער רב פארגעזאגט די פסוקים 'אור זרוע' און 'פלגי מים' איין מאל, און ארומגעגאנגען דעם ביהמ"ד מיט'ן ספר תורה וואו דער ציבור האט מפייס געווען די תורה הק' כנהוג, במשכ'ן ארומגיין אין ביהמ"ד האט דער רב געזאגט די פסוקים נאך זעקס מאל.
ביים צוריקקומען צום עמוד האט דער רב געזאגט די שטיקל זוהר 'קם רבי שמעון', דער רב האט זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן "כל נדרי" וואס האט געדויערט א לענגערע צייט פארזאגנדיג די געהויבענע תפילה באש להבת שלהבת אריינשלעפנדיג דעם גאנצן ציבור מיט א קאך און א ברען אויפוועקנדיג יעדעס אידיש הארץ לתשובה ולתיקון המעשים, די ספרי תורה האבן געהאלטן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' ק"י ומח"ס שו"ת וישב יוסף.
דערנאך האט דער רב ממשיך געווען מיט תפילת מעריב לפני התיבה בהתעוררות רב, מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א, הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ראה"ק, הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו, הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו.
צו אדון עולם און צו די קאפיטלעך תהלים איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' איתמר טובי קויפמאן שליט"א, מיט די שיר היחוד זענען נתכבד געווארן די עלטערע מגידי שיעור: הר"ר יוסף שלמה פייערשטיין שליט"א, הר"ר חנני' גאלדבערגער שליט"א, הר"ר אילאוויטש שליט"א, הר"ר שליט"א, הרה"ח ר'הי"ו, שיר ליום השבת - אז ביום השביעי האט פארגעזינגען הר"ר יואל ב"ר משה חיים ווייס שליט"א, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 11:25, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
= יום הקדוש =
אום 7:40 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, אום 7:45 איז הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו צוגעגאנגען צום עמוד צו אנעים זמירות, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
בעל תפלה ביי פסוקי דזמרה איז געווען הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט"א - מ'בארדיוב, צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אלטר טייטלבוים שליט"א - ר"מ במתיבתא ק"י.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: בני הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט, הרב ר' אלעזר שליט"א - לאנדאן, פסוקי שמע ישראל: הר"ר מאיר מאיער שליט"א - ר"מ בישיבה גדולה ויואל משה ב"פ, דער רב איז געווען בעל קורא און פארגעליינט די קריאה מיט א שטארקע התעורורות, כהן: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' וואלף בראווער הי"ו, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, גלילה: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א, מפטיר: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' שמואל יעקב גליק הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' פנחס שמעי' פריינד הי"ו, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 12:30, מ'האט געזאגט יזכור, און דאן איז געווען פויזע, בשעת פויזע איז דער רב אהיים לביתו.
ארום 1:10 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד, צום ערשט איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אשר לעמיל ב"ר לוי יצחק לאנדא הי"ו, און דער רב האט געזאגט די ברכות וקריאת השם.
דערנאך ארום 1:25 איז דער רב צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף, דער רב האט געזאגט די תפילה 'הנני העני ממעש', גשים מול ארון הקודש באימה, ועמך מסביבים אותך כחומה: דער רב האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה, און פארגעדאווענט בקול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש, דער רב האט שטארק מאריך געווען בתפילת היום, מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש, ובפרט ביי די סדר העבודה וואס דער רב געזאגט מיט א געוואלדיגע קאך און ברען ובקול בכי.
מיט די פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו, און הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו, הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 5:30.
🌴בצל מורינו🌴 = יום הקדוש שנת תשפ"ה בצל הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ברוב פאר והדר בקרב קהלתינו הק' אין קרית יואל =
פאר'ן זמן איז דער רב געגאנגען אין מקוה לכבוד היום אין די פריוואטע מקוה בבית מדרשינו הגדול, און דערנאך אהיים לביתו און דער רב האט אנגעצינדן די געזונטע לעכט, דער רב האט געמאכט די עטיפה מיט א ברכה אויפ'ן אייגענעם טלית, ווען דערביי איז געליגן אויפ'ן טיש דעם טלית פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע געברענגט דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו וואס דער רב האט אנגעטוהן תיכף פאר'ן גיין אין ביהמ"ד.
= ליל כל נדרי =
במשך אלע תפילות דורכאויס גאנץ יום הקדוש איז דער היכל הביהמ"ד געװען פול מן הקצה אל הקצה אריינגערעכנט אלע פליגלען, קוים קענענדיג אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים וואס זענען געקומען זיך מסתופף זיין און מיטהאלטן די געהויבענע תפילות אין דעם הייליגן טאג יום כיפור ביים רב שליט"א.
אום 7:20 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו כל נדרי, דער רב איז ארויפגעגאנגען צום ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "כל נדרי דרשה" וואס האט אויפגעשאקעלט יעדן נפש וואס האט זיך דארט געפונען, דער רב האט זיך געשטעלט אויף, 'כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטאותיכם לפני ה' תטהרו', דער רב האט זיך געשטעלט אויף די דאפלטע לשון, לטהר אתכם מכל חטאותיכם און גלייך נאכדעם שטייט נאכאמאל לפני ה' תטהרו, וואס זענען די צוויי טהרות? האט דער רב דערמאנט דאס וואס ווערט געברענגט אין ספה"ק אז ווען א איד טוט תשובה ווערן די מלאכים וואס זענען ארויסגעקומען פון די עבירה איבערגעדרייט אויף גוטע מלאכים, האט דער רב מיט דעם אריינגעטייטשט די פסוק, לטהר אתכם מכל חטאותיכם גייט ארויף אויף די איד וואס טוט תשובה אז דער הייליגער באשעפער רייניגט אים אויס, און לפני ה' תטהרו גייט ארויף אויף די מלאכים וואס זענען ארויסגעקומען פון די עבירה, אז די באשעפער טוט אן עקסטערע חסד מיט א מענטש אז די מלאכים וואס זענען ארויסגעקומען פון די עבירה ווערן אויך איבערגעדרייט אויף גוטע מלאכים, דער רב האט בקול חנוק מדמעות ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון די זמן אין וואס מ'שטייט, א צייט וואס די אויבערשטער שטייט און ווארט אויף יעדער אידיש קינד אז ער זאל תשובה טוהן, און דער אויבערשטער וויל אינטערשרייבן פאר יעדעם איינעם א גוט געבענטשט יאר, אבער דער אויבערשטער וויל אז מען זאל זיין נאנט צו אים און טוהן זיינע מצות, דערנאך האט דער רב אויסגעשריגען מיט א מיטגעמאכטע קול פון א ווייעדיגע שטומע אז ווען אונז וואלטן ווען געוואוסט וואספארע יארן ווארטן אונז אפ וואלטן אונז אסאך מער איינגעריסן און בוקע רקיעים געווען אין די פריערדיגע יארן! און דער רב האט געזאגט אונז האבן יעצט נאך א געלעגנהייט צו מעורר זיין רחמים אויף די קומענדיגע יאר, לאמיר אויסניצן די צייט בתפילה ובתחנונים.
לעת כניסת היום האט דער רב געזאגט ווידוי אינאיינעם מיט'ן ציבור כמנהג רבותינו הקדושים זי"ע מיט בכיות עצומות, דערנאך איז הרה"ח ר' מרדכי לייב גליק הי"ו נתכבד געווארן ארויסצונעמען דעם ספר תורה און עס איבערגעבן פאר'ן רב, מיט'ן ספר תורה אין די הענט האט דער רב ממשיך געווען די דרשה און בבכיות עצומות געוויינט צו די תורה אז ער זאל ממליץ טוב זיין אויף כלל ישראל, און דער רב האט פארציילט די משל פון א מענטש וואס האט זיך אמאל פארזינדיגט און מען האט אים גערופן אין געריכט, ביים געריכט האט די ריכטער אנגעהויבן צו פארזאגן די ארבטייל פאר דעם מענטש אבער דער מענטש האט אנגעהויבן צו וויינען און בעטן אז מען זאל אים מוחל זיין, ווען די ריכטער האט דאס געזעהן איז ער געווארן זייער איבערגענומען און אים פריי געלאזט, א שטיק צייט דערויף האט זיך דער מענטש נאכאמאל פארזינדיגט און מען האט אים גערופן אין געריכט, וכמעשהו בראשונה האט ער געטוהן די זעלבע זאך ווי דאס ערשטער מאל און מען האט אים פריי געלאזט, אבער ווען עס איז געווארן דעם דריטן מאל וואס דער מענטש האט פארלעצט דעם געזעץ איז ער אנגעקומען אין געריכט מיט גרויס בושה און נישט געקענט אויפהייבן זיין קאפ צום ריכטער און ער האט אנגעהויבן צו וויינען צום ריכטער 'דער מאל מיין איך עס באמת, איך זאג דיר איך גיי שוין זיין גוט', און מיט בכיות נוראות האט דער רב אויסגעשריגען 'הייליגע תורה מען האט זיך פאריאר מפייס געווען אבער עס איז דורך א יאר מיט אזויפיל שוועריקייטן און מען האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, אבער הייליגע תורה, דער מאל מיין איך עס באמת', און דער רב האט ווייטער מעורר געווען בדמעות שליש דעם ציבור תשובה צו טוהן מיט אן אמת'דיגקייט, און אויפגעפאדערט דעם ציבור זיך צו אינטערנעמען קבלות טובות צום נייעם יאר בלימוד התורה ועבודת ה',
ארום 5:30 איז דער רב אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם, בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה גאלדשטיין הי"ו, מ'האט געענדיגט ארום 6:00, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 6:25 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב'. נאך שחרית איז דער רב אריין בחדרו וואו עס איז געגעבן געווארן נאך א געלעגנהייט פאר אנ"ש אריבערצוגיין לברך ולהתברך בברכת גמר חתימה טובה, עס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע שטיק צייט ווען הונדערטער אידן זענען אריין לברך ולהתברך לקראת יום הקדוש.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רב ארויסגעפארן קיין ק"י, אום 10:45 איז דער רב אנגעקומען קיין ק"י און צוגעפארן לביתו.
אום 1:20 איז דער רב אריינגעקומען צו די ערשטע סעודה בביתו, מען האט געפענט דעם טיר פאר'ן ציבור ארום 2:00, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזויווי יו"ט, אין די זופ איז געליגן א קרעפל כנהוג, במשך דעם סעודה האט מען געזינגן לענגערע ניגוני התעוררות ודביקת, ניגוני ימים נוראים, דער רב האט פארגעזינגען דעם פיוט "ירצה" מיט גרויס התעוררות ובקול בכי, אויף די ניגון פון אהבה רבה וואס איז נתחבר געװארן דורך הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע.
דער רב האט משמיע געווען דברי התעוררות והכנה ליום הקדוש בקול חנוק מדמעות, דער רב האט זיך געשטעלט אויף די ווערטער פונעם פיוט 'זכיתי יעלה בימין ואפר יצחק יזמין אשר יאמר כי הוא זה מחר יהיה האות הזה', און געזאגט דעם באקאנטן משל פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע פונעם בן מלך וואס דער טאטע האט אים געשיקט אין די מרחקים און אים אנגעזאגט אז ווען ער דארף עפעס זאל ער עס בעטן ברמיזה, ווייל אויב נישט וועלן עס די שונאים צוכאפן, און מעורר געווען צו מתפלל זיין אויף די גאולה שלימה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב, מיטן בענטשן האט דער רב מכבד געווען בנו הר"ר אלעזר שליט"א - לאנדאן, מ'האט געענדיגט ארום 2:30. נאכן סעודה זענען אריין אויף א פריוואטן פארנעם הונדערטער אנ"ש בפסקא ופדיון לברך ולהתברך לקראת יום הקדוש.
אום 3:40 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וואו דער רב איז געגאנגען מקוה.
ארום 4:05 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בהיכל ביהמ"ד הגדול ברוב עם, בעל תפלה: מוה"ר הלל פאגעל הי"ו, נאך מנחה זענען הונדערטער אנ"ש אדורך לברך ולהתברך בברכת גמר חתימה טובה פאר א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 4:45 און דער רב איז אהיים לביתו.
🌴בצל מורינו🌴 = דינסטאג פרשת האזינו - שלש עשרה מדות =
ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם, בעל תפילה: הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א, מ'האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 7:10 אינדערפרי האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה בבית מדרשינו הגדול חדר א', דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ד: - ע"ה. וע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית ברוב עם אין חדר זכרון זאב, פארן דאווענען האט דער רב געצינדן פינעף לעכט לרגל הילולת זקינו הרה"ק ר' אלעזר ניסן זצוקללה"ה מדרוהביטש.
ארום 10:05 אזייגער איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צו אמירת כל ספר תהילים ברוב עם, מען האט געענדיגט תהילים ארום 12:20, דערנאך האט מען געלייענט די קרבנות כנהוג, פאר קריאת הקרבנות האט דער רב געזאגט ווידוי הגדול פון רבינו נסים מיט שטארקע בכיות. דערנאך האט מען געליינט די קרבנות, מען האט געענדיגט ארום 1:00.
ארום 7:30 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בהיכל ביהמ"ד הגדול, נאך מנחה איז דער רב אריין בחדרו וואו עס איז געגעבן געווארן א געלעגנהייט פאר אנ"ש אריבערצוגיין לברך ולהתברך בברכת גמר חתימה טובה, עס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע שטיק צייט ווען הונדערטער אידן זענען אריין לברך ולהתברך לקראת יום הקדוש.
דערנאך ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב.
שפעטער אויפדערנאכט איז דער רב ארויף אויף ניחום אבלים ביי משפחת מאטיאש היושבים ע"פ מוה"ר סיני ע"ה.
ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו, מ'האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 7:10 אינדערפרי האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה בבית מדרשינו הגדול חדר א', דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ד ע"א וע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב', ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
ביים אנקומען איז דער רב צוערשט צוגעפארן לביתו, און ארום 12:35 איז דער רב אנגעקומען זיך באטייליגן אין ביהמ"ד הגדול צום סעודת ברית לבן הנולד אצל גיסו הגה"צ ר' יוסף רוקח שליט"א - רב דביהמ"ד בית חיים יעקב. דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אין ק"י.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רב צוריק אריינגעפארן קיין וומ"ס.
אום 7:15 איז דער רב אנגעקומען צום וואסער אויף דיוויזשאן עוו. קארנער קענט עוו. צו אמירת תשליך, דער רב האט געזאגט די סדר אמירת תשליך בהתעוררות רב.
ארום 7:30 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בהיכל ביהמ"ד הגדול.
שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הב' הבר מצוה בן מוה"ר אייזיק שטערן הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל, ביים תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' לוי יצחק ליכטנשטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' בב"פ און הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א - דומ"ץ בקהלתינו הק', וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל, בר מצוה פון הב' הבר מצוה בן מוה"ר חיים אליעזר פאלקאוויטש הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון לומינענס, און ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר שלום יוסף סאמעט שליט"א - ק"י און מוה"ר יואל צוויבל הי"ו, אין די זאל פון פארק מענאר סעליש.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי תפילת מנחה היינט ערב יום הקדוש בהיכל ביהמ"ד הגדול ק"י, און דערנאך דער ציבור ביים אריבערגיין לברך ולהתברך. ~🌴~