🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״א תשרי תשפ״ו · Oct 3, 2025 · 2:21 PM
#2090
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת האזינו - שלש עשרה מדות =

ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם,
בעל תפילה: הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א,
מ'האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 7:10 אינדערפרי האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה בבית מדרשינו הגדול חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ד: - ע"ה. וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית ברוב עם אין חדר זכרון זאב,
פארן דאווענען האט דער רב געצינדן פינעף לעכט לרגל הילולת זקינו הרה"ק ר' אלעזר ניסן זצוקללה"ה מדרוהביטש.


ארום 10:05 אזייגער איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צו אמירת כל ספר תהילים ברוב עם,
מען האט געענדיגט תהילים ארום 12:20,
דערנאך האט מען געלייענט די קרבנות כנהוג,
פאר קריאת הקרבנות האט דער רב געזאגט ווידוי הגדול פון רבינו נסים מיט שטארקע בכיות.
דערנאך האט מען געליינט די קרבנות,
מען האט געענדיגט ארום 1:00.

ארום 7:30 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בהיכל ביהמ"ד הגדול,
נאך מנחה איז דער רב אריין בחדרו וואו עס איז געגעבן געווארן א געלעגנהייט פאר אנ"ש אריבערצוגיין לברך ולהתברך בברכת גמר חתימה טובה,
עס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע שטיק צייט ווען הונדערטער אידן זענען אריין לברך ולהתברך לקראת יום הקדוש.

דערנאך ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב.

שפעטער אויפדערנאכט איז דער רב ארויף אויף ניחום אבלים ביי משפחת מאטיאש היושבים ע"פ מוה"ר סיני ע"ה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 160