🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ט׳ תשרי תשפ״ו · Oct 1, 2025 · 1:21 PM
#2077
🌴בצל מורינו🌴
= ערב יום הקדוש 1:20 נאכמיטאג =

הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א קומט יעצט אריין צום ערשטן סעודת יו"ט בביתו,
מען וועט עפענען דעם טיר פאר'ן ציבור ארום 1:45.

נאכ'ן סעודה וועט זיין א געלעגנהייט פאר אנשי שלומינו תושבי קרית יואל צו קענען אריבערגיין לברך ולהתברך ביים רב שליט"א לקראת יום הקדוש.

א גוט יו"ט.
~🌴~
👁 155
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ח׳ תשרי תשפ״ו · Sep 30, 2025 · 1:07 PM
#2076
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת האזינו =

ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם,
בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא ראויזענבוים הי"ו,
מ'האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד'.

ארום 11:45 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
איידערן שיעור איז דער רב אריין אין איינע פון די שטיבלעך וואו עס איז פארגעקומען דעם סעודת ברית פון נכד מחותנו הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט"א, בן הנולד לבנו הר"ר מנחם יושע בערקאוויטש שליט"א - ר''מ בישיבה קטנה סניף באר התורה, וחתן מחותנו הגה"צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן בעל ברית און די געהויבענע זיידעס און מחותנים.

דערנאך איז דער רב אריין אין עזרת נשים און פארגעלערנט דעם שיעור,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ה ע"א - ע"ו ע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בהיכל ביהמ"ד הגדול,
דערנאך ארום 7:50 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב.

נאך מעריב איז דער רב אריבער אויף ניחום אבלים ביי מוה"ר ישראל קאהן הי"ו היושב ע"פ בנו הילד ע"ה.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הב' הבר מצוה בן מוה"ר יונתן שטעסל הי"ו,
און ביים בר מצוה פון הב' הבר מצוה בן הרה"ח ר' חיים הערש שווארץ הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

א גוטן טאג.
~🌴
👁 188
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ח׳ תשרי תשפ״ו · Sep 30, 2025 · 1:06 PM
#2075
= רעוא דרעוין =

ארום 7:25 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' משה יושע שפילמאן הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלו"ס תורה,
דער רב האט געטייטשט די פסוקים בפרשת השבוע, און א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי הכנה צום הייליגן טאג 'יום הקדוש' הבעל"ט, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב, א גמר חתימה טובה פאר גאנץ כלל ישראל.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יעקב יהושע פריעדמאן הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים הלוי העללער הי"ו.
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הגה"צ ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 9:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 131
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ח׳ תשרי תשפ״ו · Sep 30, 2025 · 1:06 PM
#2074
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת וילך - שבת שובה =

ערש"ק ארום 7:25 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול,
וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 9:10, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 11:10 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' נחמי' מארקאוויטש הי"ו,
דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די פסוקים בפרשת השבוע און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול.

מען האט אויפגעגעבן לעבער,
קה אכסוף: הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק',
ויהיו רחמיך: הר"ר גבריאל יודא אילאוויטש שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף באר התורה.

דערנאך האט מען געבענטשט,
ברכות המזון: הר"ר שלמה כהנא שליט"א.
נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו הרה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע מדרוהביטש וואס די יארצייט  געפאלט דעם קומענדיגן דינסטאג שלוש עשרה מידות - ח' תשרי.

אז ביום השביעי: מוה"ר מענדל מאיר גליק הי"ו,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי,
נאכ'ן מוסף איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:25, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 5:30 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול וואו דער רב האט משמיע געווען דעם דרשת שבת שובה,
דער רב האט צום ערשט ארומגערעדט דברי דרוש, פלפול, ואגדא, אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה ואי דרשינן טעמא דקרא.

דערנאך האט דער רב מאריך געווען בדברי מוסר והדרכה בענינים העומדים על הפרק,
דער רב האט דערמאנט די של"ה הק' אז 'שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך' גייט ארויף אויף די שערים פון א מענטש עין, אף, פה, ואוזן, אז יעדע זאך קען מען ניצן צום גוטן און ח"ו פארקערט,
מען דארף זיך היטן די אויגן נישט קוקן ווי מען טאר נישט און ווי מען מוז נישט קוקן אפי' עס איז נישט קיין איסור מפורשת, סיי ווען מען גייט אין גאס און סיי ווען מען דארף גיין איינקויפן, און מיט דעם וואס מען האט שמירת עינים העלפט עס צו האבן אן ערליכע אפגעהיטן שטוב, און מ'דארף דאס וויסן, אז א שטוב וואס מען פירט בצניעות דערקענט מען עס אויף די בני משפחה און וויאזוי זיי גייען אנגעטוהן, און דער רב האט געבעטן אז מ'זאל מחזק זיין אינדערהיים צו גיין אנגעטוהן לויט די תקנת וואס דער רבי ז"ל האט איינגעפירט,
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט א לענגערע צייט אז מען זאל זיין נזהר וואס גייט אריין אין מויל און וואס עס קומט ארויס פון מויל, און מעורר געווען איבער די כשרות פון ברוינפן וואס מען פארקויפט היינט אלע מינים און סארטן, און געזאגט אז דער טאטע זז"ג האט געמאכט שטארקע תיקונים אין ק"י איבער דעם און בעז"ה נאך יו"ט וועט מען דא אויך איינפירן די תיקונים,
אזוי אויך דארף מען וויסן וואס עס גייט ארויס פון מויל, זיין נזהר וואס מ'רעדט ארויס פון מויל צו דאס גייט נישט וויי טוען א חבר וכדו',
און דערביי האט דער רב געבעטן אז עס קומט דעם טאג שלש עשרה מדות זאל מען זעהן אויסצוזאגן ספר תהלים און מקיים זיין דעם 'מי ימלל גבורות ה' ישמיע "כל" תהלתו'.

דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער דעם דור ווי אונז שטייען יעצט ווען מ'האלט שוין בעוקבתא דמשיחא און די נסיונות ווערן ערגער און ערגער פון טאג צו טאג, האט דער רב געזאגט אז עס איז דא איין וועג וויאזוי מען קען זיך האלטן אין דעם שווערן דור, מיט דעם וואס מען איז נישט משנה פון מסורת אבות, וואס דורך דעם האלט מען אן א קשר מיט די פריערדיגע דורות און מען ווייזט אויך פאר די קינדער וויאזוי זיך צו פירן, און נאר אזוי וועט מען קענען מקבל זיין פני משיח, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
👁 142
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ו׳ תשרי תשפ״ו · Sep 28, 2025 · 2:44 PM
#2070
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים סעודת ברית פון נכד מחותנו הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט"א, בן הנולד לבנו הר"ר מנחם יושע בערקאוויטש שליט"א - ר''מ בישיבה קטנה סניף באר התורה, וחתן מחותנו הגה"צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב, היינט פארמיטאג אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' אין וומ"ס.
~🌴~
👁 195
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ד׳ תשרי תשפ״ו · Sep 26, 2025 · 3:17 PM
#2068
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת וילך - יום ב' דעשי"ת =

ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו,
מ'האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 7:10 אינדערפרי האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה בבית מדרשינו הגדול חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ג ע"ב - ע"ד ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א'.

א גוט שבת.
~🌴~
👁 155
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ד׳ תשרי תשפ״ו · Sep 26, 2025 · 3:16 PM
#2067
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת וילך - צום גדלי' =

ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם,
בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
מ'האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 7:10 אינדערפרי האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה בבית מדרשינו הגדול חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ג ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג',
פארן דאווענען האט דער רב געלייגט תפילין פאר הב' הבר מצוה בן מוה"ר מענדל ברמ"י הירש הי"ו,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

ארום 7:10 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בהיכל ביהמ"ד הגדול,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי - מפטיר,
דערנאך ארום 7:50 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב.

שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הב' הבר מצוה בן מוה"ר נחמן שלאגער הי"ו,
און ביים בר מצוה פון הב' הבר מצוה בן מוה"ר מענדל ברמ"י הירש הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 148
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ד׳ תשרי תשפ״ו · Sep 26, 2025 · 3:15 PM
#2066
אום 7:35 פארנאכטס איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צו תפלת מנחה,
בעל תפלה: הר"ר יואל ראזענפעלד שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה.

דערנאך איז דער רב אריינגעקומען צו נעילת ימי ראש השנה, מען האט געזינגען עטליכע ניגוני ימים נוראים,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון די זמן אין וואס מ'שטייט, און ארומגערעדט פון די אמונה וואס כלל ישראל האט ווען מען גייט ארויס פון אזא יום טוב, אז מען האט זיכער גע'פועל'ט אלעס גוט'ס, און געענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים.

דערנאך האט מען געדאווענט מעריב,
בעל תפלה: הר"ר משה אפרים הערשקאוויטש שליט"א,
מען איז אריבער זאגן א גוטע וואך.

מען האט געענדיגט ארום 8:45, און דער רב איז אהיים לביתו.

= יה"ר שיתקבלו תפלתינו לרחמים ולרצון =
~🌴~
👁 139
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ד׳ תשרי תשפ״ו · Sep 26, 2025 · 3:13 PM
#2065
= ליל ב' דראש השנה =

ארום 7:30 פארנאכטס איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר פייש הורוויץ שליט"א.

נאך א קורצע הפסקה האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
בעל תפלה: הרה"ח ר' שמעון ישראל הורוויץ הי"ו,
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט יו"ט,
מען האט געענדיגט ארום 8:40, און דער רב איז אהיים לביתו.

= יום ב' דראש השנה =

ארום 8:00 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
דער רב האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט די בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם,
פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
שחרית: הר"ר אלעזר מענדל פילעפף שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק'.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן;
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן זילבערשטיין הי"ו און הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ,
דער רב איז געווען בעל קורא און געליינט בהתעוררות רב אנגעטוהן מיט'ן קיטל און ווייסע קאפל,
לוי: הרה"ח ר' דוד שטיינבערג הי"ו
שלישי: הרה"צ ר' ירמי' טייטלבוים שליט"א,
רביעי: הרה"ח ר' ישראל וואלף פריעדמאן הי"ו,
חמישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה אויף די ערשטע ספר: הרה"ח ר' יוסף משה געלבשטיין הי"ו,
גלילה: הרה"ח ר' אייזיק שטערן הי"ו,
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם יודא רוזענבערג הי"ו,
הגבה אויף די צווייטע ספר: הרה"ח ר' אברהם ישי בערקאוויטש הי"ו,
גלילה: הרה"ח ר' יהושע געלבשטיין הי"ו
מען האט געענדיגט ארום 12:10,
עס איז געווען פויזע, דער רב איז געגאנגען אין מקוה כהכנה לתקיעת שופר, און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.

ארום 1:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד מעוטף אינעם טלית פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
דער רב איז ארויף אויפ'ן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "תקיעת שופר דרשה",
דער רב האט בקול בכי מעורר געווען אלע מתפללים צו תשובה ותיקון המעשים.

צווישן אנדערע האט דער רב ארומגערעדט איבער די יאר וואס מיר גייען יעצט אריין, אזויווי דער רבי ז"ל האט געזאגט בשנת תשכ"ו אז עס איז א שנת פקידה און מ'קען אלעס גוטס אויסבעטן, און זעכציג יאר צוריק איז מען געווען זיכער אז משיח וועט שוין קומען, און יעצט שטייען מיר שוין זעכציג יאר דערויף און משיח איז נאכאלץ נישט דא.

דער רב האט ארויסגעברענגט וויפיל אידישע קינדער ליידן זיך צאם צרות יגון ואנחה, אבער מען דארף ארויסברענגן די שבח פון כלל ישראל אז מען נעמט אן די נסיונות און שוועריגקייטן באהבה.

דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור, אז מ'זאל זוכה זיין צו א שנת גאולה וישועה, ס'זאל שוין מער נישט זיין קיין צרות ביי כלל ישראל, און מ'זאל שוין זוכה זיין צום ריכטיגן ישועתן ושמחתן של ישראל בביאת גואל צדק בב"א.

דערנאך איז דער רב ארויף אויפ'ן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ג ר' יואל שליט"א - בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א און הר"ר יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.

דער רב האט געמאכט די ברכות תקיעת שופר באש להבת שלהבת מיט א קאך און א ברען, און דאן געבלאזן די תקיעות דמיושב,
פאר די ברכה האט דער רב אנגעטוען א נייע טלית צו קענען מאכן די ברכת שהחיינו,
בעל מקריא איז געווען חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
בעל מקריא איז געווען הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט די תפילה 'הנני העני ממעש',
דער רב האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה, און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה וואו דער רב האט פארגעדאווענט בהתעורורות רב וברגש קודש וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש, און בפרט ביי די פסוקים פון זכרונות וואו דער רב האט מאריך געווען בבכיות רב,
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' ברוך שטערן הי"ו,און נאך,
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
פתיחה אנעים זמירות: הרה"ח ר' בנציון איצקאוויטש הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 5:40, און דער רב איז אהיים לביתו.
👁 146
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ד׳ תשרי תשפ״ו · Sep 26, 2025 · 3:11 PM
#2064
ארום 1:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד מעוטף אינעם טלית פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, געברענגט דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו,
דער רב איז ארויף אויפ'ן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע "תקיעת שופר דרשה",
דער רב האט בקול בכי מעורר געווען אלע מתפללים צו תשובה ותיקון המעשים,

דער רב האט צאמגעשטעלט די פסוקים פון 'אשרי העם יודעי תרועה' מיט די פסוק 'לא הביט עון ביעקב ולא רעה עמל בישראל ה' אלקיו עמו ותרועת מלך בו' און ארויסגעברענגט אז דער אייבערשטער קוקט נישט אויף די עבירות פון כלל ישראל, אבער ווארט אויף מצות און מעשים טובים וואס די אידן טועהן, און משרייט צום באשעפער 'למה הרעותה לעם הזה' פארוואס געבט דער באשעפער אזעלכע שווערע נסיונות? און ממליץ טוב געווען פאר כלל ישראל אז די אידן ווילן באמת זיין גוט און מיינען נישט צו זינדיגן,

דער רב האט מאריך געווען בבכיות עצומות איבער די צרות ישראל, און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט וויפיל לבבות נשברות ליגן על ערש דוי אויפ'ן שפיטאל בעטל, און דערמאנט דעם גמרא 'כל המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחילה' און מען זאל זעהן צו איינרייסן פאר אידישע קינדער כל מיני ישעות, וגעו כל העם בבכיה ווען דער רב האט אויסגעשריגן מנהמת לבו די וויי געשריי איבער די מצב פון אידישע קינדער פון אלע שיכטן און קרייזן,

דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור, אז מ'זאל זוכה זיין צו א שנת גאולה וישועה, ס'זאל שוין מער נישט זיין קיין צרות ביי כלל ישראל, און מ'זאל שוין זוכה זיין צום ריכטיגן ישועתן ושמחתן של ישראל בביאת גואל צדק בב"א.

דערנאך איז דער רב ארויף אויפ'ן באלעמער, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה"ג ר' מיכל ניימאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה, און הרה"ג ר' אברהם חיים מוטצען שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה.

דער רב האט געמאכט די ברכות תקיעת שופר באש להבת שלהבת מיט א קאך און א ברען, און דאן געבלאזן די תקיעות דמיושב,
בעל מקריא איז געווען חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ קרית ויואל משה דקהילתינו הק',
בעל מקריא איז געווען הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט די תפילה 'הנני העני ממעש',
דער רב האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה, און פארגעדאווענט בקול חוצב להבות אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש, און בפרט ביי די פסוקים פון זכרונות וואו דער רב האט מאריך געווען בבכיות רב,
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן:
הרה"ח ר' מענדל בער פאוועל הי"ו, הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו, הרה"ח ר' יוסף משה געלבשטיין הי"ו,
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' בנציון איצקאוויטש הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 5:30, און דער רב איז אהיים לביתו.
👁 113
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ד׳ תשרי תשפ״ו · Sep 26, 2025 · 3:10 PM
#2063
🌴בצל מורינו🌴
= יו"ט ראש השנה שנת תשפ"ו בצל הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ברוב פאר והדר בקרב קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג =

במשך אלע תפילות איז דער היכל הביהמ"ד געװען פול מן הקצה אל הקצה, אריינגערעכנט דעם צוגעלייגטן פליגל פון אריבער טויזנט זיצן, קוים קענענדיג אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים וואס זענען געקומען זיך מסתופף זיין און מיטהאלטן די געהויבענע תפילות אין די טעג פון ראש השנה ביים רב שליט"א.

די תפילות זענען אפגעראכטן געווארן מיט א מורא'דיגע דערהויבענקייט און ווארעמקייט,
ובפרט תפילת המוספין וואו מ'האט געהאט די זכי' אז דער רב האט יורד געווען לפני התיבה און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש.


עריו"ט פארנאכטס ארום 7:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה און פארגעדאווענט די לעצטע תפילה פונעם יאר מיט גרויס התעורורות ובכיות,
דערנאך האט מען געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.

נאך מנחה איז פארגעקומען די יערליכע מגבית פאר'ן "כולל תורה ויראה" וומ"ס מיט אירע קרוב צו טויזענט לומדי הכולל, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יואל הערש קאהן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' ומרבני כוללינו,
ארום 8:05 האט מען אנגעהויבן תפילת מעריב,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעדאווענט די ערשטע תפלה פונעם יאר ברשפי אש קודש,
נאך מעריב האט דער רב פארגעזאגט 'לדוד מזמור' בהתלהבות אש קודש, מען האט געענדיגט ארום 8:30.

נאכן דאווענען האט דער רב אנגעוואונטשן 'לשנה טובה' פאר די רבני ודייני קהילתינו הק' אויפ'ן אויבנאן,
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואו דער רב האט יעדן ווארעם אנגעוואונטשן בצהלת פנים,
עס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט קרוב צו אנדערהאלבן שעה ווען דערביי האט זיך אנגעזעהן א ריזן ציבור אנשי שלומינו, זקנים עם נערים ובראשם רבני ודייני העיר, וואס זענען געקומען פון נאנט און ווייט זיך צו וואונטשן 'לשנה טובה' ביים רב,
דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

= יום א' דראש השנה =

ארום 8:00 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
דער רב האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט דער בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם,
בעל תפילה פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד אור ישראל אלימלך דקהילתינו הק',
שחרית: הרה"ג ר' אלתר טייטלבוים שליט"א - ר"מ ישיבתינו הק' ק"י.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן;
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' אברהם חיים מוטצען שליט"א, און הר"ר מיכל ניימאן שליט"א,
דער רב איז געווען בעל קורא און פארגעליינט בהתעוררות רב אנגעטוהן מיט'ן קיטל און ווייסע קאפל,
כהן: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
לוי: הרה"ח ר' אברהם יוסף פריעדמאן הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי"ו,
חמישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה אויף די ערשטע ספר: הרה"ח ר' פישל שאפער הי"ו,
גלילה: הרה"ח ר' טובי' שעהנפעלד הי"ו,
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו,
הגבה אויף די צווייטע ספר: הרה"ח ר' אפרים שטערן הי"ו,
גלילה: הרה"ח ר' מנחם הירש הי"ו,
נאכ'ן ליינען האבן די פילע געסט גומל געבענטשט,
מען האט געענדיגט ארום 11:55,
עס איז געווען פויזע,
דער רב איז געגאנגען אין מקוה כהכנה לתקיעת שופר, און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.
👁 126
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ג׳ תשרי תשפ״ו · Sep 25, 2025 · 12:01 PM
#2059
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג וילך - ערב ראש השנה =

ארום 5:10 באשמורת הבוקר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול מעוטף מיטן טלית פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע געברענגט דורך הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת סליחות 'זכור ברית' און פארגעזאגט מיט א שטארקע התעורורות,
מען האט געענדיגט ארום 7:20.

ארום 7:40 איז דער רב אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית.

ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' ישראל קנאפפלער הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק ברמ"ח רובין הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' יחזקאל שרגא קלאגסברוין הי"ו,
שלישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: הרב ברוך בערגער שליט"א,
גלילה: הר"ר יואל ניימאן שליט"א,

נאכן דאווענען האט דער רב געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים און מסיים געווען די צווייטע מאל תהילים כנהוג אום חודש אלול,
דערנאך האט דער רב אויסגעטוהן די תפילין און געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירת מודעה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 161
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ט אלול תשפ״ה · Sep 22, 2025 · 4:54 PM
#2049
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"ח ר' שלמה יעקב ליבערמאן בביתו, און דערנאך ביים הכנס"ת בבית מדרשינו הגדול, און שפעטער אויפדערנאכט ביים סעודה לגומרה של תורה אין די זאלן פון עטרת חינקא אין ב"פ, פארגאנגענעם דינסטאג פרשת נצבים.
~🌴~
👁 206