🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ה תשרי תשפ״ו · Oct 17, 2025 · 4:34 PM
#2119
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת בראשית - אסרו חג =

אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק', וואו עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל מוה"ר איתמר טובי' ווערצבערגער הי"ו, וואו דער רב איז געווען סנדק,
דערנאך האט דער רב תפילין געלייגט פאר הב' בן מוה"ר שמואל מאיר רובין הי"ו.

ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול חדר ד'.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל בר"א זילבערשטיין הי"ו - ק"י, און מוה"ר יוסף יושע עפשטיין הי"ו אין די זאל פון פארק מענאר סעליש,
און ביים בר מצוה פון הב' בן מוה"ר שמואל מרדכי רובינשטיין הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.
~🌴~
👁 172