🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת ברכה =
אום 10:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.
ארום 11:30 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ז ע"א - ע"ח ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
ארום 1:15 נאכמיטאג זענען אריין בביתו די תלמידי הת"ת כתה ח' בהנהלת הר"ר משה אלי' גרין שליט"א וועלכע האבן זיך אנגעשטרענגט און מוסיף געווען אויף די לימודים און במשך דעם יאר געענדיגט גאנץ מסכת מגילה,
צום ערשט האט דער רב משמיע געווען דברי ברכה וחיזוק פאר די קינדער, און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון אויסניצן די קינדערישע יארן מיט תורה ווען מען האט נאכנישט קיין שום עול גשמי נאר מען קען זיך באמת מייגע זיין בתורה ועבודה, און ארויסגעברענגט אז מען זאל זעהן עס איבערצוגיין און איבער'חזר'ן די לימודים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
דערנאך זענען די קינדער אריבער און דער רב האט פארטיילט די תעודות פאר די קינדער מיט גרויס קורת רוח.
אום 7:50 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול חדר ב'.
נאך מעריב האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הב' הבר מצוה בן מוה"ר אליקים שאלאמאן הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 282