🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״א תשרי תשפ״ו · Oct 3, 2025 · 2:21 PM
#2089
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת האזינו =

ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם,
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו,
מ'האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 7:10 אינדערפרי האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה בבית מדרשינו הגדול חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ד ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב',
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

ביים אנקומען איז דער רב צוערשט צוגעפארן לביתו,
און ארום 12:35 איז דער רב אנגעקומען זיך באטייליגן אין ביהמ"ד הגדול צום סעודת ברית לבן הנולד אצל גיסו הגה"צ ר' יוסף רוקח שליט"א - רב דביהמ"ד בית חיים יעקב.
דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אין ק"י.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רב צוריק אריינגעפארן קיין וומ"ס.

אום 7:15 איז דער רב אנגעקומען צום וואסער אויף דיוויזשאן עוו. קארנער קענט עוו. צו אמירת תשליך,
דער רב האט געזאגט די סדר אמירת תשליך בהתעוררות רב.

ארום 7:30 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בהיכל ביהמ"ד הגדול.

שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הב' הבר מצוה בן מוה"ר אייזיק שטערן הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' לוי יצחק ליכטנשטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' בב"פ און הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א - דומ"ץ בקהלתינו הק', וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל,
בר מצוה פון הב' הבר מצוה בן מוה"ר חיים אליעזר פאלקאוויטש הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון לומינענס,
און ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר שלום יוסף סאמעט שליט"א - ק"י און מוה"ר יואל צוויבל הי"ו, אין די זאל פון פארק מענאר סעליש.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 143