🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ד תשרי תשפ״ו · Oct 6, 2025 · 5:13 PM
#2105
תיכף נאך מוסף האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת מנחה,
בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' זלמן לייב פילעפף הי"ו,
הוצאה והכנסה: הרב יואל שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
בעל קורא: הר"ר זלמן לייב פילעפף הי"ו,
כהן: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א,
לוי: הרה"ח ר' יונה צבי האפפמאן הי"ו,
שלישי - מפטיר: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט''א געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו,
הגבה: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו,
גלילה: הרה"ח ר' יואל ב"ר יענקל מיטטעלמאן הי"ו,
דער רב האט געזאגט די ברכות ההפטורה, און מ'האט געזאגט מפטיר יונה,
מנחה האט מען געדאווענט שנעל כנהוג, מען האט געענדיגט ארום 6:20.

דער רב איז צוגעגאנגען צום לעצטן תפילה פונעם טאג - תפילת נעילה, דער רב האט אנגעהויבן מיט א ציטערדיג קול אריינברענגענדיג אן אימה און פחד ביי אלע מתפללים.

מיט פתיחה ביי נעילה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו,
דער רב האט פארגעדאווענט ברשפי אש קודש נישט לאזנדיג קײן טרוקן אויג אינעם היכל הביהמ"ד,
נאך קדיש האט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א פארגעזאגט 'תקיעה', און הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' האט געבלאזן שופר,
מען האט פארענדיגט תפילת נעילה ארום 7:50,
דער רב האט זיך תיכף געשטעלט דאווענען תפילת מעריב,
בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 8:15.

נאך תפילת מעריב האט דער רב געמאכט קידוש לבנה בחצר הביהמ"ד ברוב עם,
מ'האט געזינגען טובים מאורות, און דער רב האט אנגעוואונטשן 'א גוט יום טוב',
און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

"ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש ~ אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלקיו"
~🌴~
👁 130