= יום ב' דסוכות =
אינדערפרי איז דער רב אהיים לביתו וואו דער רב האט מקיים געווען מצות נטילת לולב בסוכה שעל יד ביתו.
ארום 10:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
בעל תפילה שחרית ואמירת הלל: מוה"ר יקותיאל אהרן רובין הי"ו,
דער רב האט אפגעראכטן די עבודת הנענועים פאר א לענגערע צייט באש קודש, ווען דערביי האט דער ציבור געזינגן די נענועים ניגון וואס איז געזינגן געווארן בבית מדרשו של רביה"ק זי"ע, און נאך הלל פארגעזאגט הושענות בהתעוררות רב.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' שליט"א, און הרה"ח ר' הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו,
כהן: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
לוי: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו,
שלישי: הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
רביעי: מוה"ר שלמה דוב ווידער הי"ו,
חמישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.
נאך תפילת מוסף איז דער ציבור אריבער זאגן גוט יו"ט,
מ'האט געענדיגט ארום 1:50, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
ארום 7:15 איז דער רב אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפלת מנחה,
מען האט געענדיגט מעריב אום 7:50,
דער ציבור איז אריבער זאגן גוטן מועד, און דער רב איז אהיים לביתו.
= ימי חוה"מ סוכות =
במשך די ימי חוה"מ האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית ארום 9:45 ברוב עם בהיכל בית מדרשינו הגדול,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און אפגעראכטן די עבודת הנענועים פאר א לענגערע צייט באש קודש, און נאך הלל פארגעזאגט הושענות בהתעוררות רב, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
= שבת חוה"מ סוכות - אושפיזא דאהרן כהנא קדישא =
ערש"ק ארום 7:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 8:15 און דער רב איז אהיים לביתו.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 10:45 איז דער רב אריינגעקומען אין די סוכה הגדולה שעל יד בית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת ניגוני יו"ט סוכות,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הר"ר גבריאל געשטעטנער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים,
דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'בסכות תשבו שבעת ימים' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול,
צווישן אנדערע האט דער רב מסביר געווען פארוואס סוכות איז אנדערש ווי אנדערע ימים טובים אז מ'דארף זיין זיבן טעג, אפילו פסח האט א פשט ווייל ס'איז פון ווען מ'איז ארויס פון מצרים ביז מ'איז אריבערגעגאנגען דעם ים סוף, אבער סוכות האט נישט קיין טעם,
האט דער רב ארויסגעברענגט אז כדי צו זוכה זיין צו די גאולה דארף זיין צוויי שבתים, ווייל מ'דארף ארבעטן נאר פאר זעקס טעג און דערנאך היטן שבת, און אין מצרים האט מען געהיטן דעם ערשטן שבת פאר פסח, שבת הגדול, די צווייטע שבת איז מען געווען אין סוכות, ממילא מאכט מען א זכר צו דעם אז ס'מוז אויסקומען א שבת אינמיטן סוכות.
דערנאך האט דער רב געטיילט וויין פאר די אלע וואס טראגן דעם נאמען פון אושפיזא 'אהרן'.
מען האט אויפגעגעבן לעבער,
קה אכסוף: הר"ר שלמה כהנא שליט"א,
ויהיו רחמיך: הרה"ג ר' יוסף פריעדמאן שליט"א מסטראפקוב.
דערנאך איז פארגעקומען די שלום זכר לבן הנולד אצל ר' פייש הורוויץ הי"ו, און דער רב האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים.
אז ביום השביעי: הר"ר שלום שמעי' מיטטעלמאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף דרך התורה,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:20, און דער רב האט פארלאזט דעם סוכה הגדולה.
= וביום השבת קודש =
ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי,
נאך תפילת מוסף איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב איז אהיים לביתו.

👁 111