🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הב' הבר מצוה אלימלך ני"ו בהרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ''ד רב טוב, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א וחתן חותנו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א, פארגעקומען נעכטן אויפדערנאכט אין ביהמ''ד רב טוב. ~🌴~
ברכת מזל טוב להוד כבוד קדושת מרן רבינו הגה"ק שליט"א ולכבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א לרגל הולדת נכדתם למז"ט, בת הנולדה אצל בנו/נכדו הרב יואל טייטלבוים שליט"א, חתן הגה"צ ר' מאיר יצחק הורוויץ שליט"א - אב"ד לינסק ב''פ.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדותינו הק' כיתה ט' פון וומ"ס, פארגעקומען דעם מוצש"ק אין די זאלן פון גינת אסתר אין וומ"ס, בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. ~🌴~
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ז ע"א - ע"ז ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד'.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ז ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 8:30 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל, און דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:10.
פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.
אום 7:45 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און משמיע געווען קורצע דברי פתיחה פאר די תלמידי הישיבה בנוגע די פארטאגס סדר, דער רב האט אנגעהויבן מיטן באקאנטן ווארט פונעם בעל שם טוב זי"ע וואס האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז ער איז מקנא די בחורים ווייל זיי האבן א התחדשות א יעדן טאג, און דער רב האט ממשיך געווען מיט די סדר הלימודים וואס מען האט מסדר געווען, סיי צו לערנען שו"ע און סיי גפ"ת, און החכם עניו בראשו צו נעמען גוטע חברותות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר שלמה זאב לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר משה ברוך געלבשטיין הי"ו אין די זאל פון אימפעריעל, און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר זלמן לייב קלעפנער הי"ו און מוה"ר פישל לעבאוויטש הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל און דער רב האט געליינט תנאים.
אום 10:00 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ספינקא אין קרית יואל המורחבת וואו עס איז פארגעקומען די 'יום לחתנים' פאר די הונדערטער חתנים דקהלתינו הק' וועלכע האבן חתונה דעם קומענדיגן ווינטער הבעל"ט, ארום 10:15 איז דער רב אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער חתנים, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי.
נאך א הפסקה ארום 12:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און משמיע געווען דעם צענטראלן דרשה פאר די חתנים, דער רב האט ארומגערעדט א לענגערע צייט דברי הדרכה פאר די חתנים וויאזוי זיך צו גרייטן צום יום החופה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב, דער רב האט געענדיגט ארום 1:30, און פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין ק"י.
פארנאכטס האט דער רב געדאווענט מנחה און מעריב אינאיינעם מיט רבינו שליט"א בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין ק"י המורחבת.
ביים אנקומען אין וומ"ס האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד צאנז ק"י ומנהל ישיבה גדולה סניף קדושת יואל עב"ג הכלה בת הר"ר שמעון רובין שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק, וואו דער רב האט זיך משתתף געווען ביים חתונה פון הכלה בת מחותנו כ"ק אדמו"ר מ'מאשלאוי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש עב"ג החתן בן הרב בערל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אב"ד איהעל מאנסי שליט"א חתן האדמו"ר מקאסאן הילקרעסט שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת גאלדא, ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די רבנים אויפ'ן אויבנאן, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים, און זיידעס, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן אויבנאן.
דערנאך איז דער רב צוריקגעפארן קיין וומ"ס וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר מאיר נפתלי חיים פערל הי"ו עב"ג הכלה בת עוזיאל צבי ווייס הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ו ע"א - ע"ו ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג'.
אום 3:00 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז צום ערשט ארום אינעם בנין און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט וואס איז פארגעקומען במשך די ימי בין הזמנים וואו מען האט ממשיך געווען צוצוענדיגן דעם בנין בכל פרטיה ודקדוקיה כליל בהדרו, דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט אויפגענומען די נייע תלמידים לקראת התחלת זמן החורף שנת תשפ"ו, דער רב האט גערעדט מיט יעדע תלמיד פריוואט פאר א לענגערע צייט און אויסגעשמועסט די סדר הלימוד צום נייעם יאר און אלע פרטים ובפרט איבער די סדר פון פארטאגס וואס דער רב וועט דינען אלץ מנהל, מען האט געענדיגט ארום 4:10 און דער רב איז אהיים לביתו.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף דברי חיים ק"י, און הר"ר יואל שטערן שליט"א - מנהל במוסדותינו הק', אין די זאלן פון אולם פרענקל, און דער רב האט געליינט תנאים, און ביים סיום חצי ש"ס במסגרת חבורת יסודי התורה פון הר"ר יעקב צבי פריעדמאן שליט"א אין די זאלן פון אולם פרענקל.
ארום 9:15 אויפדערנאכט איז פארגעקומען אן אסיפה בביתו אינאיינעם מיט די פארקויפערינס און אייגנטומערינס פון די כיסוי הראש געשעפטן אין וויליאמסבורג ווי מען האט דן געווען דברים העומדים על הפרק, דער רב האט משמיע געווען דברי הדרכה פאר א לענגערע צייט, און אוועקגעשטעלט תקנות און אויפגעפאדערט שטארקע גדרים וסייגים צווישן די געשעפטן.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ה ע"א - ע"ו ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 9:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג', ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.
אום 6:55 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול.
דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום פערטן בחינה פון חבורת תורתך שעשועי, דער רב איז צום ערשט ארומגעגאנגען צווישן די נבחנים פאר א לענגערע צייט, און זיך דערנאך געזעצט מאכן די בחינה וועלכע האט זיך פארצויגן פאר א שטיק צייט.
דערנאך איז דער רב ארויף צום ניחום אבלים פון משפחת פילעפף, היושב ע"פ האה"ח ע"ה אשת הרה"ח ר' יקותיאל משה שמחה הי"ו, און דערנאך אויף ניחום אבלים ביי מוה"ר משה גרין הי"ו היושב ע"פ אחותו ע"ה.
ארום 9:15 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב'.
ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ח ע"א - ע"ט ע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 1:00, דערנאך אום 1:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר שלמה חיים, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
אום 5:15 האט זיך דער רב ארויס געלאזט מביתו אין וויליאמסבורג אויפ'ן וועג קיין מאנהעטן קעגן איבער דעם ציוניסטישן קאנסולאט וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים היסטארישן מאסן דעמאנסטראציע אפצושרייען דעם ביטערן גזירות הגיוס אינאיינעם מיט רבבות אלפי ישראל בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב.
דערנאך איז דער רב אריבער אין די זאל פון קאנטינענטאל צום סעודה לגומרה של תורה לרגל די הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן אין די נאכמיטאג שעות דורך הרה"ח ר' משה יודא בר"מ הירש הי"ו.
דערנאך איז דער רב ארויף אויף ניחום אבלים ביי משפחת בערנאטה היושב ע"פ אביהם הרה"ח ר' ישראל יצחק ע"ה.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר ישראל משה שטוהל הי"ו - ק"י און מוה"ר משה מתתי' מערץ הי"ו, אין די זאלן פון אוהל לאה.
ארום 6:40 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' שמחה פריעדמאן הי"ו - ראה"ק דק"ק וויען אויסטראליע.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפן ענין פון חטא עץ הדעת, און אויפן מדרש 'שבת בראשית הכל יודיך והכל ישבחוך', דער רב האט ארויסגעברענגט צוויי טעמים וויאזוי די גוף הגשמי קען דאנקן דעם אייבערשטן, א', נאכן אפרעכטן אזא דערהויבענע חודש תשרי קען יעדע איד דאנקן, ב', אין זוהר הק' ווערט געברענגט אז די אבות הקדושים קומען אראפ צו די הקפות, און פונקט ווי ביי א חתונה קומען די צדיקים אראפ און בלייבן ביז נאך שבת שבע ברכות, די זעלבע בלייבן זיי יעצט ביז נאך שבת בראשית וואס איז אזויווי די שבע ברכות פון שמחת תורה, און אזוי דאנקן די אידן צוזאמען מיט די צדיקים, און דער רב האט מאריך געווען מיט התרגשות איבער די געהויבענע צווייטע טעג יו"ט בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין קרית יואל, און בתוך הדברים ארויסגעברענגט: ס'איז זיכער אז די רבי ז"ל און די זיידע ז"ל וואס זענען אוודאי געווען ביי די הקפות, האבן זיכער געהאט א מורא'דיגע הנאה וקורת רוח פון די הקפות, איך געדענק ווי די זיידע ז"ל פלעגט זיך זייער שטארק אפרעדן אז מענטשן טאנצן די הקפות מיט שטריימלעך און די טלית אויף די פלייצע, ער פלעגט זייער נישט ליב האבן אז מען טאנצט אויף א בעל הבית'ישע וועג, און דאס װאס איז היינט געווארן אז מען זעט טויזנטער אידן שטייען ווי חסיד'ישע אידן מיט די טלית אויפ'ן קאפ און מען שפרינגט מיט א דביקות און מיט אן אמת, דאס איז א הערליכע מחזה װאס זיי האבן זיכער געשעפט דערפון א געוואלדיגע נחת רוח, עס האט באקומען א נייע צורה, זיי האבן זיך זיכער משתעשע געווען דערמיט.
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבערן חטא עץ הדעת, דער רב האט געזאגט אז סדא צוויי וועגן זיך צו שטארקן פון א נסיון, א', סשטייט אז ווען מען הערט לשון הרע זאל מען אריינשטופן די הענט אין אויער, דאס מיינט אז די הענט קענען היטן פון א עבירה, ב', דורכן לערנען תורה ווערט מען געהיטן פון אלע עבירות, און די צוויי זאכן האט אדם הראשון נישט געטוען, און פארדעם איז ער נכשל געווארן.
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט בדברי מוסר בלימוד התורה, דער טאטע זז"ג טייטשט בראשית 'בשביל התורה שנקרא ראשית', נאך די הייליגע טעג הייבט מען אן לערנען תורה דארף עס זיין ראשית - אנהייב, דאס מיינט מדארף זיך מקבל זיין צו לערנען אנהייב טאג - פארן דאווענען, און דער רב האט אויפגעפאדערט יעדער זאל זיך אנשליסן אין איינס פון די צוויי חבורות, 'יסודי התורה', און 'תורתך שעשועי' דקהלתינו הק', און דורכן לערנען תורה וועט מען ניצול ווערן פון די הענט פונעם יצר הרע, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ידיד נפש: מוה"ר מענדל בער פאוועל הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים הלוי העללער הי"ו.
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: הגה"צ ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 9:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
ערש"ק ארום 6:40 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 7:55, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 10:20 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק, דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת, דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען מוה"ר הלל אהרן גאלדבערגער הי"ו, דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו, דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפן מדרש: הבונה בית חדש, כיצד מברך, לעשות נחת רוח ליוצרה, און געטייטשט דערמיט דריי מהלכים בדרך דרוש.
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען נכדו הב' זלמן לייב בהרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'. נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים, דערנאך האט דער רב דערציילט עטליכע סיפורים פון צדיקים בעניני פרשת השבוע.
אז ביום השביעי: מוה"ר אברהם שלמה דרעזנער הי"ו, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 11:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= וביום השבת קודש =
ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי, נאכן ליינען האט דער רב געבענטשט ראש חודש מיט גרויס התעוררות, נאך מוסף איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 12:25, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
מטעם די ועד החתונה שע"י הנהלת קהילתינו הק' ווערט געמאלדן אז שטייענדיג בלויז קארגע 6 וואכן אפגערוקט פונעם היסטארישן חתונה הגדולה איז באשטעטיגט געווארן דעם "מקום החתונה" פונעם עלסטן אור אייניקל פון אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און עלסטע אייניקל ביי בנו הגדול הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.
נאך א לענגערע צייט איבערגיין אלע אפציעס און דן זיין בכובד ראש איבער אלע מעגליכקייטן כדי צו קענען אקאמאדירן דעם אסטראנאמישן ערווארטעטן ציבור, איז אצינד באשטימט געווארן אז די חתונה וועט פארקומען דעם קומענדיגן דאנערשטאג פרשת וישלח הבעל"ט אין א מקום רחבת ידים אין צענטער פון וויליאמסבורג, אינעם גיגאנטישן "דאגגעל גרינהאוז פלאזא" אינעם נעווי יארד וועלכע איז ספעציעל גוט אויסגעשטעלט צו קענען ארייננעמען אזא פילקעפיגן ציבור און פארמאגט אלע צוגעהערן.
אין די יעצטיגע טעג לייגן די עסקני ועד החתונה אריין איבערמידליכע כוחות אהערצושטעלן דעם שטח לכבוד ולתפארת פאר דעם היסטארישן חתונה, דער גיגאנטישער זאל וועט בעז"ה ווערן ספעציעל אויסגעשטעלט מיט די מאקסימאלסטע פלעצער צו קענען אקאמאדירן די צענדליגער טויזנטער אנ"ש פון לענגאויס אמעריקע און די הונדערטער געסט מעבר לים.
אזוי אויך ווערן געמאכט די לעצטיגע פלענער לקראת די שבעת ימי המשתה, וואס דאס רעכנט אריין אין זיך טראנספארטאציע פון אלע שטעט איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערסי, אש"ל מלא פאר די טויזענטער געסט תלמידי וחסידי סאטמאר מכל קצוי תבל במשך פון די דריי טעג יו"ט ושבת של שמחה, ועוד ועוד, די עסקנים ארבעטן אויף אלע פראנטן זיכער צו מאכן אז אלעס איז מסודר כראוי וכיאות על צד היותר טוב, די פרטים וועלן נתפרסם ווערן בקרוב.
= צדיק כתמר יפרח כארז בלבנון ישגה, שתולים בבית ה' בחצרות אלוקינו יפריחו, עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו =
🌴בצל מורינו 🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים היסטארישער מאסן דעמאנסטראציע קעגן דעם שלטון הרשע אין ארה"ק אין מאנהעטן, אינאיינעם מיט אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. ~🌴~
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ד ע"ב - ע"ה ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג'.