🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ה תשרי תשפ״ו · Oct 17, 2025 · 4:33 PM
#2118
= רעוא דרעוין =

ארום 6:40 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות אינעם סוכה הגדולה,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' אהרן פרענקל הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' אהרן לעוו הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה און זיך געשטעלט אויף די לשון וואס מען בעהט ביי די הושענות 'הושענא יושבת וממתנת עד כלות השבת' וואס אויבנאויף איז דאס נישט קיין מעלה בכלל,
און ארויסגעברענגט אז אין די הושענות רעכנט מען טאקע אויס מעלות פון כלל ישראל ווי 'אום אני חומה' און 'ברה כחמה', אבער מען זאגט אויך 'גולה וסורה' און 'נתונה למכים' וואס דאס איז א תפילה ובקשה, און די זעלבע זאך בעט מען דא פון השי"ת 'העלף די אידן וואס ווארטן נעבעך עד כלות השבת' אז זיי זאלן פילן אן עריבות און מתיקות אינעם שבת קודש און נישט וועלן אנטלויפן פונעם שבת.

דער רב האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די גרויסקייט פונעם זמן רעוא דרעוין אין וואס מ'שטייט, און נאכגעזאגט פון צדיקי הדורות איבער די הייליגקייט פונעם זמן, און ארויסגעברענגט די מעלה פון שלש סעודות אז ס'איז קעגן יעקב אבינו,
ווייל כדי תשובה צו טון דארף מען דאך זיין באותו מקום ובאותו זמן, און יעקב אבינו איז די איינציגסטע וואס האט געקענט ברענגען די הר המוריה צו זיך, ממילא דורך יעקב אבינו קען מען תשובה טון אויף סיי וועלכע פלאץ ווייל די פלאץ קומט צום מענטש, וועגן דעם איז שלש סעודות געווען די צייט וואס איז געווען מיוחד און מיוסד פאר תשובה.

דערביי האט דער רב משלב געווען די צייט וואס אידישע קינדער נעמען זיך צוזאם צו פראווענען שלוש סעודות וואס זענען די הייליגסטע מינוטן פון וואך אינאיינעם מיט יום טוב סוכות, אז עס שטייט אין טור אז יום טוב סוכות איז אויך קעגן יעקב אבינו און ממילא האט עס די זעלבע מעלה אז ס'איז מסוגל לתשובה, און מיט דעם אויסגעטייטשט דעם תפילה יחשב לי זאת כאילו הרחקתי נדוד.

דער רב האט ממשיך געווען ארומצורעדן איבער די זמנים המסוגלים לתשובה, פון ראש השנה און יום כיפור ווייל מען לערנט ארויס די הלכות פון א גזירה שוה װאס דאס איז אויך מרמז אז א פלאץ קען גיין פון איין פלאץ צום צווייטן, און באזונדער פון הושענא רבה וואס איז אן עקסטערן יום הדין, און מיט דעם אויסגעטייטשט די פסוקים אין קהלת.

באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט אז סוכות איז פון די איינציגסטע מצות וואס די גאנצע גוף טוט, אבער שמחת תורה איז באמת אויך אזוי, די גאנצע גוף דארף טאנצן פאר'ן אויבערשטן, און מ'זאל נישט גיין צו הקפות סתם צו קוקן נאר זיך הייבן צום אויבערשטן, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: הרה"ח ר' משה אהרן פריעדמאן הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל דוד הורוויץ הי"ו.
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הגה"צ ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 8:45, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= ליל הושענה רבה =

אום 9:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צו קריאת משנה תורה,
בעל קורא: נכד רבינו הר"ר יוקל טייטלבוים שליט"א,
מען האט געענדיגט אום 11:45 און דער רב איז אהיים לביתו.

יום הושענא רבה אינדערפרי האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט מיטגעהאלטן די צווייטע טעג יו"ט בצל הקודש פון מר אביו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

מוצאי שמחת תורה ארום 10:00 אויפדערנאכט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.
~🌴~
👁 123