🌴בצל מורינו🌴 = סדר ליל ויום הושענה רבה בצל הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א =
היינט אויפדערנאכט ליל הושענה רבה וועט דער רב אריינקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו קריאת משנה תורה ארום 9:30.
דערנאך אום 11:30 וועט דער רב פראווענען דעם סעודת ליל הושענא רבה לכבוד היום אינעם סוכה הגדולה שע"י בית מדרשינו הגדול.
תיכף נאכ'ן טיש וועט זיך דער רב ארויסלאזן אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב וועט מיטהאלטן דעם געהויבענעם יום טוב בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אויף א ביקור תנחומין נעכטן ליל ד' דחוה"מ אושפיזא דיוסף אין די סוכה פון משפחת הרה"ח ר' מרדכי יודא שווארץ הי"ו לאור פטירת אשתו/אמם ע"ה, וואו דער רב האט א לענגערע צייט מחזק געווען די משפחה. ~🌴~
אום 9:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות, דער רב האט אפגעראכטן די עבודת נענועים באש קודש, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי.
ארום 1:15 נאכמיטאג איז אנגעקומען צום רב אויף א באזוך האדמו"ר מראחמיסטריווקא וומ"ס שליט"א, מ'איז אריין אינעם סוכה שעל יד ביתו פונעם רב, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פילע מנהגי יו"ט סוכות צווישן אנדערע דעם ענין פון האבן ניין הדסים אויפ'ן לולב, און איבער נוי סוכה פון רבותיה"ק לבית סיגוט און צאנז, צווישן אנדערע דעם ענין פון לייגן שבעת המינים, דעם ענין פון לייגן פייגלעך, און נאך און אזוי אויך איבער די צדיקים לבית טשערנאביל, און נאך פילע ענינים, דער רב האט מכבד געווען מיט לחיים האדמו"ר מ'ראחמיסטריווקא און זיך ווארעם אנגעוואונטשן, און דערנאך האט דער רב ארויסבאגלייט ביז'ן טיר.
ארום 5:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול.
אויפדערנאכט איז דער רב געווען אויף א ביקור תנחומין אין שטוב פון הרה"ח ר' מרדכי יודא שווארץ הי"ו לאור פטירת אשתו/אמם ע"ה, דער רב איז אריין אינעם סוכה בביתו און א לענגערע צייט ארומגעשמועסט מיט די משפחה און מחזק געווען די פרישע יתומים, עס איז אנוועזנד געווען הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' מרדכי יודא און די גאנצע משפחה.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת הוואכנאכט לבן הנולד אצל הרה"ח ר' שלמה דוב ווידער הי"ו מגבאי בית מדרשינו הגדול, און אזוי אויך ביים שמחת הבר מצוה פון בן הר"ר שלום שמעי מיטטעלמאן שליט"א - ר"מ בישיבת דרך התורה.
ארום 11:15 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו עס איז פארגעקומען ריקודי קודש דורך חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים לכבוד שמחת בית השואבה, דער רב איז ארויף אויפ'ן בימת הכבוד און געטאנצן אויפ'ן פלאץ פאר עטליכע מינוט בשעת די גאנצע ביהמ"ד טאנצט פארנט פונעם רב צוקוקנדיג זיך צו די געהויבענע ריקודין, דערנאך האט זיך דער רב אראפגעזעצט און מיטגעהאלטן די ריקודים פאר א שטיק צייט, ארום 11:40 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
דער רב האט נאכאמאל גערעדט פאר די תלמידי הישיבה ארויסברענגענדיג ענינים הנוגעים אויף למעשה קומענדיגע יאר וועם מ'גייט אריין אין ישיבה גדולה, צווישן אנדערע איבער די לימודי הישיבה, אז מ'האט אפגעשמועסט אז מ'וועט לערנען מסכת שבת, און איין סדר וועלן נאר די תלמידי הישיבה לערנען הל' טריפות יורה דעה חלק א', מ'זאל זיך זעהן צו האלטן צו די לימודים מיט א שטארקייט, ס'וועט זיין ספעציעל פאר ענק, דער רב האט געבעטן אז מ'זאל זיך ווייטער צוזאמהאלטן צווישן זיך, העלפן איינער דעם צווייטן שטייגן.
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען דעם בעל אכסניא ר' יואל, נאכ'ן בענטשן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין פאר א לענגערע צייט ברשפי אש אריינשלעפענדיג אלע תלמידי הישיבה אין די העכערע ספערן, מען האט געענדיגט ארום 11:30.
נאכ'ן סעודה ארום 11:50 איז דער רב אנגעקומען צום שלחן הטהור פון מר אביו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל אושפיזא דרבינו - אושפיזא דאהרן אינעם סוכה הגדולה שעל יד בית מדרשינו הגדול אין ק"י, נאכ'ן טיש ארום 12:20 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין ווילאמסבורג.
אום 9:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות, דער רב האט אפגעראכטן די עבודת נענועים באש קודש, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אהיים לביתו.
ארום 6:45 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב אום 7:20 אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.
ארום 9:30 איז דער רב אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל קרויס הי"ו אין שכונת חתם סופר קרית יואל וואו דער רב האט געפראוועט א גרויסארטיגן סעודת יו"ט אינעם סוכה לרגל שמחת בית השואבה אינאיינעם מיט די יוצאי תלמידי ישיבת דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א, אין צוזאמענהאנג מיט א סיום אויף די פארגאנגענע דריי הצלחה'דיגע יארן וואס זענען אריבער אויף די תלמידי הישיבה וואס גרייטן זיך יעצט אריינצוגיין אין ישיבה גדולה בשעה טובה ומוצלחת.
דער רב האט איינגעלאדנט די אושפיזין און זיך געוואשן צום סעודה, מ'האט אויפגעגעבן אלע מאכלים אזויווי יו"ט, במשכ'ן סעודה האט מען א לענגערע צייט מאריך געווען מיט ניגוני יו"ט, דער רב האט אנגעהויבן די ניגונים און אריינגעשלעפט די בחורים אין א שמחה'דיג מצב, עטליכע מאל האט דער רב מכבד געווען די תלמידי הישיבה אנצוהייבן ניגונים, און אזוי אויך פארגעזינגען געוויסע ניגונים, אינמיטן די סעודה האט זיך דער רב אויפגעשטעלט טאנצן פאר לענגערע מינוטן לכבוד שמחת בית השואבה.
דער רב האט פארברענגט מיט די בחורים א לענגערע צייט, דערביי האבן די בחורים אויסגענוצט די געלעגנהייט צו פרעגן שאלות פונעם רב אין אלע ענינים וואס זענען נוגע פאר א בחור, ובפרט יעצט ווען מ'גרייט זיך אריינצוגיין אין ישיבה גדולה וואו עס קומט אריין פילע נייע מושגים, ווי זיך טרעפן מיט נייע בחורים, וויסן וויאזוי מבחין צו זיין ווער ס'איז א גוטע בחור מיט וועם זיך צו האלטן גוט און נאנט, קענען אנהאלטן דעם מעמד אפי' אויב מ'וועט זיך טרעפן מיט שוואכערע בחורים, די חילוקים פון ישיבה קטנה און ישיבה גדולה, און נאך.
דער רב האט עטליכע מאל משמיע געווען דברי תורה לכבוד המועד, ארומרעדנדיג בענינים העומדים על הפרק, און שטארק מחזק געווען די בחורים אין אלע ענינים.
מ'האט אויפגעגעבן די פיש, און דערנאך האט דער רב האט משמיע געווען דברי תורה לכבוד חג הסוכות ולכבוד אושפיזא דאהרן, דער רב האט ארומגערעדט פאר עטליכע מינוט בשבח פונעם בעל אכסניא וויפיל ער געט זיך אוועק פאר'ן ישיבה, און וויפיל ער האט ארויסגעהאלפן און זיך ווארעם באדאנקט, דערביי האט דער רב טרעפליך צוגעשטעלט עטליכע רמזים אויפ'ן נאמען פונעם בעל אכסניא בקשר מיט'ן חג הסוכות.
מ'האט אויפגעגעבן די זופ, דער רב האט משמיע געווען א דרשה וואו דער רב האט ארומגערעדט זכרונות פון די התחלת הישיבה, די שוועריגקייטן מיט וואס מ'האט זיך געמוטשעט און פיל נאך, ארויסברענגענדיג דערביי אז די תלמידים זענען די 'אבן הפינה' פונעם ישיבה, דער רב האט ארומגערעדט דברי חיזוק פאר די תלמידי הישיבה, צווישן אנדערע האט דער רב געזאגט אז מ'וועט בלייבן מקושר בלב ונפש מיט אלע תלמידים, און מ'וועט נאך כסדר מאכן צוזאמקומען זיך צו קענען האלטן צוזאמען און שטייגן בעבודת השם.
מיט די שיר המעלות האט דער רב מכבד געווען צוויי בחורים מתלמידי הישיבה מיט'ן נאמען פון די אושפיזא - אהרן, און אזוי אויך דעם בעל אכסניא.
מ'האט אויפגעגעבן די פלייש, הר"ר יואל דער מנהל הישיבה האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה, וואו ער האט פאר גאר א לענגערע צייט ארויסגעברענגט וויפיל דער רב געט זיך אוועק בכל לבו ובכל נפשו ובכל מאודו לטובת די תלמידי הישיבה, וויפיל מאל דער רב איז שוין ארויסגעפארן אין די קעטסקילס ביז מ'האט געטראפן א גוטע פלאץ וואס האט אלע מעלות און איז געאייגענט פאר די תלמידי הישיבה, וויפיל כוחות ס'קאסט אויפצוהאלטן און טראגן דעם עול פון אזא ישיבה, וואס האט שוין היינט צוויי סניפים, און וויפיל כוחות דער רב לייגט אריין אין די תלמידי הישיבה מיט אזעלכע פייערדיגע הערליכע באטע'ס כמעט יעדע איינציגסטע וואך וואס איז אליינס א מעשה פון א גוטע פאר שעה, און נאך פיל.
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א קומט יעצט אן צום עריכת שלחן הטהור פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינעם סוכה הגדולה שע"י בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל. ~🌴~
דער רב האט ארויסגעברענגט דעם גרויסן כח פון משה רבינו אז ער האט געקענט בעטן פונעם אויבערשטן אויף א אנדערע צייט, אזויווי ער האט געפרעגט פרעה ווען די מכה זאך אוועקגיין, און אויסגעפירט פרעה'ס בקשה אז ס'זאל זיין למחר, אבער סתם צדיקים האבן נישט געהאט דעם כח, מיט דעם האט דער מסביר געווען פארוואס מען איז נישט מתפלל אויף גשם די ערשטע טעג סוכות, ווייל סתם מענטשן האבן נישט דעם כח פון בעטן יעצט אויף אן אנדערן זמן.
דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' חנה מ'קאלאשיץ זצ"ל הי"ד לרגל די יומא דהילולא קדישא וואס איז געפאלן בעצם היום, דער רב האט ארומגערעדט בגודל קדושתו, זיין געקניפטע און געבינדענע יחוס צום צאנזער רב זי"ע, זיין תורה, עבודה, גמילות חסדים, און בפרט וויפיל ער האט זיך אוועקגעגעבן פאר אידישע קינדער ממש אין לשער, און נאך.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל זוכה זיין צו אלע השפעות טובות בזכות די מצות סוכה, און בזכות משה רבינו, ביז'ן ביאת גואל צדק בב"א.
דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין מיטשלעפענדיג דעם ריזן ציבור וועלכע האבן איבערגעפילט דעם גאנצן סוכה הגדולה אין געהויבענע טענץ לכבוד שמחת בית השואבה.
מ'האט געבענטשט, מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען בנו הגה"צ ר' חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט.
מ'האט געענדיגט ארום 1:35, און דער רב איז אהיים לביתו.
דער רב האט אויסגעפירט אז דאס איז פשט אין פסוק, בסוכות תשבו גייט ארויף אויף די אושפיזין, און כל האזרח אויף אונז, אזויווי דער זוהר הק' זאגט, און דאס איז די נתינת טעם למען ידעו דורותיכם, ווייל אז די אושפיזין זענען דא, איז דא דעת.
דער רב האט נאכגעזאגט פונעם באר היטב אז מ'דארף אלעס טוהן אין סוכה אפי' שמועסן, אבער נישט רעדן קיין דברים בטלים, און נישט װערן אין כעס, און עס מסביר געווען לויט דעם וואס מ'האט יעצט ארויסגעברענגט אז א סוכה איז אזויווי קדושת ארץ ישראל, אז אין א"י האט מען נישט גערעדט קיין דברים בטלים, ווייל אוירא דא"י מחכים, און סייג לחכמה שתיקה, און לגבי כעס שטייט אין פסוק ונתן לך שם לב רגז, אז אין גלות וועט מען האבן א הארץ וואס קען ווערן אין כעס, דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'זאל שטארק נזהר זיין אין די ענינים, און האלטן די סוכה בקדושת א"י.
דער רב האט צוגעענדיגט אז מ'האט ברוך השם זוכה געווען צו מקיים זיין מצות סוכה און ד' מינים, מ'איז עפעס ווערד, מ'זאל זעהן אז די ווערד זאל בלייבן, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב אז מ'זאל זוכה זיין צו קענען טוהן דעם רצון הבורא אויך ביי עניני גשמיות, מ'זאל שוין זוכה זיין צו אור חדש על ציון תאיר וכו', ונזכה לישב בסוכת עורו של לויתן, בביאת משיח צדקינו בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' חיים אלי' ליכטמאן הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו, דער רב האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב אינעם סוכה הגדולה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטן מועד און דער רב האט צוריקגעוואונטשן בצהלת פנים, מ'האט געענדיגט ארום 8:30, און דער רב איז אהיים לביתו.
= מוצאי שבת קודש - ב' דחול המועד סוכות - אושפיזא דמשה =
ארום 11:00 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען בסוכה הגדולה שעל יד בית מדרשינו הגדול צום סעודת אושפיזין רבתי - שמחת בית השואבה במעמד אלפי אנשי שלומינו, דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין אויפ'ן פלאץ פאר עטליכע מינוט, דערנאך האט זיך דער רב געוואשן צום סעודה, מ'האט געזינגען זמירות מלוה מלכה, מ'האט אויפגעגעבן די פיש, דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
מ'האט אויפגעגעבן די זופ, במשכ'ן מעמד האט די מוזיק געשפילט, ביי פילע ניגונים האט דער רב מורא'דיג געקאכט, און ביי עטליכע זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין לכבוד שמחת בית השואבה ווען דער גאנצער ציבור הייבט זיך מיט אין די דערהויבענע טענץ.
מיט די שיר המעלות האט דער רב מכבד געווען הרב ר' יוסף פריעדמאן שליט"א, הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', הרה"ח ר' בנימין ליכטנשטיין הי"ו, הרה"ג ר' מרדכי יוסף ווייסמאנדל שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה, הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
דער רב האט משמיע געווען דברי תורה לכבוד היום, צום ערשט האט דער רב ארויסגעברענגט אז עטליכע פון די זיידעס - רבותינו הקדושים לבית סיגוט האבן נישט גערעדט קיין דרשות במשך די ימי חול המועד, אבער די טאטע זז"ג פירט זיך יא צו רעדן, און עטליכע פון די זיידעס האבן יא גערעדט, און אויסגעפירט אז וויבאלד ס'איז א שאלה, אבער אז מ'וועט זאגן נאך א פשט אויף די תורה פון שלש סעודות, איז דאך זיכער נישט קיין פראבלעם, ווייל מ'איז ממשיך די שלש סעודות תורה.
דער רב האט ארומגערעדט בעיקר ענינים איבער די גדלות פון משה רבינו רעיא מהימנא, צווישן אנדערע האט דער רב ארויסגעברענגט אז קיין איין צדיק האט נישט געקענט זאגן פאר'ן אויבערשטן זאל נישט טוהן א געוויסע זאך, דער איינציגסטער וואס האט עס געקענט טוהן איז געווען משה רבינו אזויווי מ'זעהט עטליכע מאל אין די תורה, ווייל קיינער קען נישט זאגן פאר א בעל הבית 'דו טארסט נישט יעצט אריינגיין אין דעם צימער', דער בעה"ב וועט דאך אים ארויסווארפן, משא"כ אן עבד וואס צ.ב. וואשט אויף די פלאר, קען זאגן פאר'ן בעה"ב אז ער זאל נישט אריינגיין יעצט דא, און דער בעה"ב וועט זיך נישט בייזערן ווייל ער ווייסט אז ס'איז לתועלת, דאס האט משה רבינו זיך געפריידט, 'ישמח משה במתנת חלקו, כי עבד נאמן קראת לו', אז מ'האט אים אנגערופן אן עבד, און א געטרייע עבד וואס דער בעה"ב ווייזט אז ער מיינט זיין טובה קען זאגן פאר'ן בעה"ב טוה נישט דאס, טוה נישט יענס.
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' שמעון יעראסלאוו'ער זי"ע וועמענס יארצייט איז געפאלן דעם פארגאנגענעם ט"ו תשרי - יום א' דסוכות, אזוי אויך האט דער רב פארציילט מעשיות ווען רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז געווען אויף שבת חוה"מ סוכות אין בארא פארק, און נאך.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יעקב יצחק ווינקלער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים, דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר הרה"ח ר' שלמה דוב ווידער הי"ו - מגבאי בית מדרשינו לרגל די שמחת השלום זכר לבנו הנולד לו למז"ט, מ'האט געענדיגט ארום 12:45, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג לביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א אויף היוז סטריט אין באגלייטונג פון צענדליגער בחורי חמד און יונגעלייט וועלכע האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט צו אנפרעגן פילע שאלות איבער ענינים העומדים על הפרק, און אזוי אויך האט מען ארומגערעדט זכרונות פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
= וביום השבת קודש =
אום 9:45 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
בעל תפילה פסוקי דזמרה: הר"ר יחיאל מיכל גרינפעלד שליט"א, בעל תפילה שחרית ואמירת הלל: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו, נאך הלל האט הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש געעפנט דעם ארון הקודש און מען האט געזאגט הושענות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הר"ר שלום שמעי מיטטעלמאן שליט"א - ר"מ בישיבת דרך התורה, און הר"ר חיים הערש הורוויץ שליט"א, בעל קורא: הר"ר משולם פייש הורוויץ שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף נזר התורה, כהן: הבה"ח זלמן לייב בן הגה"צ ר' יואל גלאנץ ני"ו, לוי: הר"ר אברהם יצחק מאשקאוויטש שליט"א, חמישי: הרה"ח ר' אברהם הערש שעהר הי"ו, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, שביעי: הרה"ח ר' שלמה דוב ווידער הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' אלי' שמחה וויזענפעלד הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' אלעזר מויזקאפף הי"ו.
בעל תפילה מוסף: הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 1:15, און דער רב איז אהיים לביתו.
= רעווא דרעווין =
אום 6:40 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראס הי"ו,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' נתן יואל שווארץ הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' אלי' לייב טרעגער הי"ו, שלישי: הרה"ג ר' אלעזר טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' יואל ברוינער הי"ו.
דער רב איז אריינגעקומען אינעם סוכה הגדולה שעל יד בית מדרשינו הגדול, און זיך געוואשן צו שלש סעודות,
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות, מען האט געזינגען ניגוני חג הסוכות, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הר"ר שלום שמעי מיטטעלמאן שליט"א - ר"מ בישיבת דרך התורה, שיר המעלות: הר"ר יעקב משה מיטטעלמאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה דרך התורה.
דערנאך האט דער רב געזאגט תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'בסוכות תשבו שבעת ימים, כל האזרח בישראל ישבו בסוכות, למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי את בני ישראל', און געפרעגט פילע דקדוקים וקושיות, צווישן אנדערע וואס איז די דאפעלט לשון, און וואס איז די נתינת טעם.
דער רב האט ארומגערעדט פונעם ענין אז רוחניות מיט גשמיות קענען נישט גיין צוזאמען, חוץ װען מ'האט אינזין ביים עסן אז מ'זאל דורכדעם קענען דינען דעם אויבערשטן, און ארויסגעברענגט אז דאס האט יעקב אבינו געבעטן ווען ער איז ארויס פון א"י 'אם יהיה אלקים עמדי וגו' ונתן לי לחם לאכול', ביז יעצט האב איך געקענט אינזין האבן דעם אויבערשטן ביים עסן ווייל אוירא דארץ ישראל מחכים, אבער אפי' אין חו"ל זאל איך אויך קענען.
דער רב האט ארויסגעברענגט אויף למעשה אז ס'איז א פארדארבענע וועלט וואס ווערט נאר מער און מער גשמיות'דיג, ס'איז זייער שווער אינזין צו האבן דעם אויבערשטן, דער אויבערשטער האט אבער געוואלט אז כאטשיג יעצט נאך יום כיפור זאל א איד דאס קענען באווייזן, האט דער אויבערשטער אראפגעשיקט די אושפיזין עילאין אין די סוכה, און די גמ' זאגט אז אפי' א חרש שוטה וקטן קען שרייבן א גט ווען ס'איז גדול עומד על גביו, ווייל דעמאלטס איז דא דעת, און דער זיידע ז"ל דער הייליגער עצי חיים זאגט לגבי די הקפות שמח"ת אז ס'איז לאו דוקא א גדול וואס לעבט, קומט דאך אויס אז ווען די אושפיזין קומען אריין אין די סוכה איז א גדול עומד על גביו, איז דא דעת.
דער רב האט פארגעזינגען עטליכע ניגונים, צווישן אנדערע 'לאמיר דערציילן', 'האדרת והאמונה', און נאך, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה לכבוד אושפיזא דיצחק, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'גבור בארץ יהיה זרעו, דור ישרים יבורך, הון ועושר בביתו', און ארויסגעברענגט אז נאר יצחק אבינו האט די כח משפיע צו זיין סיי קינדער און סיי געלט ווייל ער איז א צדיק בן צדיק, משא"כ אברהם אבינו וואס איז א צדיק בן רשע קען נאר משפיע זיין איינס נישט ביידע, דער רב האט ארומגערעדט איבער די ריב"ש וואס זאגט אז מען דארף נישט זאגן 'ועקידת יצחק לזרעו "של יעקב" ברחמים תזכור', וויבאלד דער אויבערשטער האט געזאגט 'כי ביצחק יקרא לך זרע', 'ביצחק ולא כל יצחק', איז אויטאמאטיש ווען מ'רעדט פון יצחק'ס קינדער, רעדט מען נישט פון אלע זיינע קינדער, קומט דאך אויס אז יצחק אבינו איז דער וואס צוטיילט צווישן די אומה"ע און אידן, און ווען ער איז משפיע שפע, איז עס נאר פאר אידן, משא"כ אברהם אבינו האט נישט דעם כח צו משפיע זיין דירעקט פאר אידישע קינדער, דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מען ממשיך געווען מיט ניגוני שירה וזמרה לכבוד שמחת בית השואבה, מען האט געענדיגט ארום 12:40, דער ציבור איז אריבער וואונטשן א גוט יום טוב, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג לביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א אויף היוז סטריט אין באגלייטונג פון צענדליגער בחורי חמד און יונגעלייט וועלכע האבן אויסגענוצט די געלעגנהייטצו אנפרעגן איבער פילע מנהגים און ענינים לחג הסוכות, צווישן אנדערע איבער מאכן א לישב בסוכה ביים עסן מזונות, און לגבי מאכן א ברכה אויף שלאפן אין די סוכה, און נאך, ביים אנקומען האט דער רב אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר ר' איתמר טובי' ב"ר אברהם יושע ניימאן הי"ו לרגל די שמחת הוואכנאכט לבנו הנולד לו למז"ט וואס איז פארגעקומען אינעם סוכה שעל יד בית המדרש קהל עצי חיים סיגוט.
= יום ב' דסוכות =
אינדערפרי איז דער רב אהיים לביתו וואו דער רב האט מקיים געווען מצות נטילת לולב בסוכה שעל יד ביתו.
ארום 10:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, בעל תפילה פסוקי דזמרה: הר"ר יחיאל מיכל גרינפעלד שליט"א, בעל תפילה שחרית ואמירת הלל: הרה"ח ר' שמעון ישראל הורוויץ הי"ו,
ביי די נענועים האט דער רב מיט גרויס התעוררות געשאקלט לולב בשעת אנשי שלומינו קוקן זיך צום עבודה מיוחדת במינה וואס איז געווארן אפגעראכטן דורכ'ן רב, נאך הלל האט דער רב פארגעזאגט הושענות, פתיחת הארון ביי הושענות: הבה"ח דוד ב"ר אברהם ווערטהיימער ני"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' חיים משה גראסבערג שליט"א, און הרה"ח ר' משולם מרגליות הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו, כהן: הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש, שלישי: ר' אלי' פאוועל הי"ו, רביעי: הר"ר יחיאל מיכל גרינפעלד שליט"א, חמישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' דוד הערש מערץ הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יצחק זינגער הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' מענדל בער פאוועל הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' טובי' שעהנפעלד הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אלעזר טייטלבוים שליט''א בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א - ר"מ בישיבת תורת חסד לאנדאן, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' זלמן לייב שעהנפעלד הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די ברית מילה לבן הנולד אצל ר' אלי' ב"ר מענדל בער פאוועל הי"ו,
דער רב האט געזאגט די ברכות און קריאת השם, און דערנאך אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה, מ'האט געענדיגט ארום 1:40, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
= ליל שבת קודש - שבת חול המועד סוכות =
אום 6:50 פארנאכטס איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' בערל ברעטטלער הי"ו, בעל תפילה קבלת שבת ומעריב: הר"ר יואל לאוב שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף אהבת התורה, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט שבת, מען האט געענדיגט ארום 8:00, און דער רב איז אהיים לביתו.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 11:00 איז דער רב אריינגעקומען אינעם סוכה הגדולה שעל יד בית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק - שבת חוה"מ, מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני שבת וניגוני חג הסוכות.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח יוסף מרדכי כהנא הי"ו, מנוחה ושמחה האט דער רב אליין אנגעהויבן, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בדרך דרוש ופלפול אויפ'ן פסוק 'ולקחתם לכם ביום הראשון וגו'.
קה אכסוף: הרה"ח ר' שמחה פריעדמאן הי"ו - ראה"ק וויען, ויהיו רחמיך: הרה"ח ר' יואל פערלמוטער הי"ו - לאנדאן,
🌴בצל מורינו🌴 = ימים הראשונים של חג הסוכות שנת תשפ"ה בצל הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געפראוועט געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט ברוב פאר והדר בקרב קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג =
במשך אלע תפילות איז דער היכל הביהמ"ד געװען פול מן הקצה אל הקצה קוים קענענדיג אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים וואס זענען געקומען זיך מסתופף זיין און מיטהאלטן די געהויבענע תפילות אין די טעג פון סוכות ביים רב שליט"א.
עריו"ט ארום 6:50 פארנאכטס איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר יחיאל מיכל ניימאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה, נאך שטילע שמונה עשרה האט דער רב געהייסן אויסרופן אז ווער עס האט נאכנישט געמאכט קיין עירוב תבשילין, זאל יעצט מאכן, נאך תפילת מנחה האט מען געווארט עטליכע מינוט, און דאן האט מען געדאווענט תפילת מעריב, צו מערבית איז צוגעגאנגען נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי הי"ו - ר"מ בישיבה קטנה סניף אהבת התורה, נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוט יו"ט, און דער רב האט יעדן צוריקגעוואונטשן בצהלת פנים, מ'האט געענדיגט ארום 7:55, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו, נאכ'ן סעודה איז דער רב אריבער לביתו נאוה קודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויף היוז סטריט.
= יום א' דסוכות =
אינדערפרי איז דער רב אהיים לביתו וואו דער רב האט מקיים געווען מצות נטילת לולב בסוכה שעל יד ביתו.
ארום 10:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, בעל תפילה פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי"ו - סגן ראה"ק דקהילתינו הק', דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית ואמירת הלל און פארגעדאווענט ברשפי אש קודש מיט השתפכות הנפש, ביי די נענועים האט דער רב מיט גרויס התעוררות געשאקלט לולב בשעת אנשי שלומינו קוקן זיך צום עבודה מיוחדת במינה וואס איז געווארן אפגעראכטן דורכ'ן רב, נאך הלל האט דער רב פארגעזאגט הושענות בהתרוממות הנפש, פתיחת הארון ביי הושענות: הבה"ח שאול יחזקאל ב"ר חיים ווערצבערגער ני"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יצחק יאזשעף שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה, און הרה"ג ר' שמואל קליין שליט"א - סופר סת"ם, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יחיאל נפתלי באב''ד שליט"א, בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו, כהן: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', לוי: הרה"ח ר' נפתלי צבי מארמארשטיין הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' חיים ציממערמאן הי"ו, רביעי: ר' שמואל הערש גרין הי"ו, חמישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הגבה: הר"ר משה אלי' גרין שליט"א - מנה"ר במוסדותינו הק', גלילה: הרה"ח ר' חיים יואל אייזענבערג הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' משה דוד גאלדשטיין הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' מאיר יששכר קאהן הי"ו, גלילה: הר"ר צבי מאיר גאטליעב שליט"א, צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די ברית מילה לבן הנולד אצל ר' שמואל הערש בה"ר משה אלי' גרין הי"ו, דער רב האט געזאגט די ברכות און קריאת השם, און דערנאך אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה, דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד, אויפ'ן וועג ארויס האט דער רב באגלייט די מיטה פון האה"ח ע"ה אשת הרה"ח ר' מרדכי יודא שווארץ הי"ו, מ'האט געענדיגט ארום 1:45, און דער רב איז אהיים לביתו.
= ליל ב' דסוכות =
ארום 6:55 פארנאכטס איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול, עס האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה הרה"ג ר' מרדכי יוסף ווייסמאנדל שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה, מען האט געדאווענט תפילת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שמעי' פריעדלענדער הי"ו,
נאך תפילת מנחה האט מען געווארט עטליכע מינוט, און דאן האט מען געדאווענט תפילת מעריב, בעל תפילה מערבית: הרה"ג ר' מרדכי יוסף ווייסמאנדל שליט"א,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוט יו"ט, און דער רב האט יעדן צוריקגעוואונטשן בצהלת פנים, מען האט געענדיגט ארום 8:00, דער רב איז אריבער לבית מחותנו הגה"צ אדמו"ר מ'קארלסבורג שליט"א וואונטשן א גוט יום טוב, דערנאך איז דער רב אריבער צו אחד מאנשי שלומינו לרפו"ש, און דערנאך אהיים לביתו.
ארום 11:00 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען אינעם סוכה הגדולה שעל יד בית מדרשינו הגדול צום מעמד שמחת בית השואבה - אושפיזא דיצחק, מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני יום טוב סוכות, דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, מיט די פיוט 'ישמחו בחגיהם' פון מערבית לליל ב' דסוכות האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' משה מענדל גליק הי"ו, מען האט אויפגעגעבן פירות, דער רב האט טועם געווען און מען האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים סעודת אושפיזין רבתי נעכטן מוצש"ק ליל ב' דחוה"מ אושפיזא דמשה, במעמד מאות אנ"ש אינעם סוכה הגדולה החדש שע"י בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג. ~🌴~
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א קומט יעצט אריין צום סעודת אושפיזין רבתי - שמחת בית השואבה בשירה וזמרה בתופים ובמחולות, במעמד מאות אנ"ש אינעם סוכה הגדולה החדש שע"י בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג.
= זמנים לימים הראשונים של יום טוב סוכות שנת תשפ"ה לפ"ק הבעל"ט =
זמן הדלקת הנרות עריו"ט: 5:58, סוף זמן קרי"ש: 9:19, זמן ר"ת ליל ב': 7:24.
זמן הדלקה"נ ערב שבת: 5:55. סוף זמן קרי"ש: 9:20, זמן מוצאי שבת: 7:21.
= סדר התפילות =
מנחה ערב יו"ט: 6:50.
שחרית יום א': 10:00.
תפילת מנחה יום א': 6:55, ואח"כ תפילת מעריב.
שמחת בית השואבה - אושפיזא דיצחק בסוכה הגדולה שעל יד בית מדרשינו הגדול: 11:00, עס וועט אויסגעשטעלט אויף א גרויסן פארנעם צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ערווארטעטן ציבור.
שחרית יום ב': 10:00.
זמן מנחה יום ב': 6:50, ואח"כ קבלת שבת ותפילת מעריב.
התוועדות ליל שבת קודש - אושפיזא דיעקב בסוכה הגדולה: 10:45.
שחרית יום שב"ק: 9:45.
מנחה: 6:40, ואח"כ רעוא דרעוין בסוכה הגדולה.
מוצאי שבת חול המועד - אושפיזא דמשה אום 9:30 וועט פארקומען א סעודה רחבה לכל הקהל הקודש בראשות הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אינעם סוכה הגדולה, דער רב וועט משמיע זיין דברי תורה לכבוד הזמן.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ה ע"א וע"ב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א'.
אום 7:00 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.
ארום 7:10 אינדערפרי האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ה ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א'.
פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם בבית מדרשינו הגדול, נאך מעריב איז דער רב אריבער צום שאטער וואס איז באנוצט געווארן במשך די ימים נוראים פאר א צוגעלייגטן פליגל פון קרוב צו טויזנט זיצן, דער רב האט האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט נאך וואס עס ווערט אין די יעצטיגע טעג צוגערישט פאר א גיגאנטישן סוכה הגדולה פארנט פון בית מדרשינו הגדול וואו עס וועלן פארקומען די שמחת בית השואבה און של"ס בראשות דעם רב שליט"א, און אזוי אויך דינען אלץ היכל התורה במשך די ימי חג הסוכות, דער רב האט באזונדער איבערגעקוקט וויאזוי מ'האט געלייגט די סכך, נאך וואס על פי די הוראה פונעם רב האט מען עס נישט געלייגט שיעף אזויווי מ'לייגט געווענליך אין א שאטער, דערביי האט דער רב אנגעוויזן פארשידענע הוראות אויף ווייטער.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת התנאים פון החתן בן הרה"ח ר' יעקב הלל ליכטנשטיין הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יצחק שווארץ הי"ו - פטרון מסגרת תורתך שעשועי דקהלתינו הק', דער רב האט געליינט תנאים, און דערנאך געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס.
ארום 8:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין, דער רב איז געזיצן און געלערנט בהיכל הביהמ"ד פאר א לענגערע צייט מעוטף בטלית ותפילין ווען בשעת מעשה זענען צענדליגער אנשי שלומינו צוגעקומען זיך וואונטשן א גוט געבענטשט יאר און זיך באדאנקט פאר די ווארעמע תפילות און געהויבענעם יום הקדוש וואס איז אריבער בצל פונעם רב שליט"א בקרב קהילתינו הק' אין קרית יואל, אינצווישן איז אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען בהיכל הביהמ"ד צו א ברית מילה, דער רב האט זיך ווארעם באגריסט מיט רבינו שליט"א.
אום 10:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר יוסף אליהו, מ'האט געענדיגט ארום 11:00, און דער רב איז אהיים לביתו.
נאכמיטאג איז אריין צום רב אינדערהיים הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א - מנהל ישיבה גדולה סניף דברי יואל, נאך וואס דער רב האט באשטעטיגט אז די עלטסטע כתה פון ישיבת דרך התורה וואס גרייטן זיך אריינצוגיין אין ישיבה גדולה בשטו"מ וועלן אריינגיין אין סניף דברי יואל, האט דער רב אראפגערופן הרה"ג ר' דוד שלמה און איבערגעגאנגען מיט'ן מנהל אלע פרטים זיכער צו מאכן אז אלעס וועט זיין די בעסטע וואס מעגליך לטובת די תלמידי הישיבה אז זיי זאלן ווייטער קענען אויסשטייגן לשם ולתפארת.
ארום 6:50 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר יעקב מרדכי, און תפילת מעריב אום 8:20 אין חדר שמואל חיים בבית מדרשינו הגדול. שפעטער אויפדערנאכט האט די רב שליט"א זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין ווילאמסבורג נאכ'ן פראווענען דעם געהויבענעם יום הקודש בקרב קהילתינו הק' אין ק"י בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן קבלת שבת, מזמור לדוד הבו לשם האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק כמנהג סיגוט.
צו אדון עולם און צו די קאפיטלעך תהלים איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' איתמר טובי קויפמאן שליט"א, מיט די שיר היחוד זענען נתכבד געווארן די מלמדים חברי אהבת קדומים: הר"ר דוד שלמה בערגער שליט"א, הר"ר משה מאיר גאטליעב שליט"א, הר"ר ירחמיאל ביטמאן שליט"א, הר"ר אשר אנשיל גאנדל שליט"א, הרה"ח ר' יונה צבי האפפמאן הי"ו, שיר ליום השבת - אז ביום השביעי האט פארגעזינגען הר"ר אברהם הערש וויינבערגער שליט"א, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 11:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
= יום הקדוש =
אום 7:25 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, אום 7:30 איז הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו צוגעגאנגען צום עמוד צו אנעים זמירות, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
בעל תפלה ביי פסוקי דזמרה איז געווען הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט"א - מ'בארדיוב, צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אלטר טייטלבוים שליט"א - ר"מ במתיבתא ק"י.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: בני הגה"צ הרב שליט"א, הרב ר' אלעזר שליט"א - לאנדאן, הרב ר' יואל שליט"א - ב"פ, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג זלמן לייב שליט"א - וומ"ס, דער רב איז געווען בעל קורא און פארגעליינט די קריאה מיט א שטארקע התעורורות, כהן: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו, שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, דערביי האט דער רב געמאכט א מי שברך לחולה פאר אמו הרבנית הצדיקת תליט"א, שביעי: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו, הגבה: הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ראש המנהלים דמוסדותינו הק', גלילה: הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א, מפטיר: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו, הגבה: הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א, גלילה: הר"ר זלמן לייב פעלדמאן שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 12:15, מ'האט געזאגט יזכור, און דאן איז געווען פויזע, בשעת פויזע איז דער רב אהיים לביתו.
ארום 1:10 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד, און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף, דער רב האט געזאגט די תפילה 'הנני העני ממעש', גשים מול ארון הקודש באימה, ועמך מסביבים אותך כחומה: דער רב האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה, און פארגעדאווענט בקול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש, הונדערטער בחורים און אינגעלייט זענען געשטאנען ארום און ארום זיך צוצוקוקן צום עבודה וואס ווערט אפגעראכטן דורכ'ן רב, דער רב האט שטארק מאריך געווען בתפילת היום, מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש, ובפרט ביי די סדר העבודה וואס דער רב געזאגט מיט א געוואלדיגע קאך און ברען ובקול בכי.
מיט די פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו, און הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו, הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 5:15.
תיכף נאך מוסף האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת מנחה, בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' שלום יוסף סאמעט הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו, בעל קורא: הר"ר יואל ווערצבערגער הי"ו, כהן: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א, לוי: הרה"ח ר' יונה צבי האפפמאן הי"ו, שלישי - מפטיר: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט''א געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו, הגבה: הרב חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט, גלילה: הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו, דער רב האט געזאגט די ברכות ההפטורה, און מ'האט געזאגט מפטיר יונה, מנחה האט מען געדאווענט שנעל כנהוג, מען האט געענדיגט ארום 6:00.
דער רב איז צוגעגאנגען צום לעצטן תפילה פונעם טאג - תפילת נעילה, דער רב האט אנגעהויבן מיט א ציטערדיג קול אריינברענגענדיג אן אימה און פחד ביי אלע מתפללים.
מיט פתיחה ביי נעילה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראשי קהילתינו הק', דער רב האט פארגעדאווענט ברשפי אש קודש נישט לאזנדיג קײן טרוקן אויג אינעם היכל הביהמ"ד, נאך קדיש האט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א פארגעזאגט 'תקיעה', און הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' האט געבלאזן שופר, מען האט פארענדיגט תפילת נעילה ארום 7:35, דער רב האט זיך תיכף געשטעלט דאווענען תפילת מעריב, בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 7:45.
נאך תפילת מעריב האט דער רב געמאכט קידוש לבנה בחצר הביהמ"ד ברוב עם, מ'האט געזינגען טובים מאורות, און דער רב האט אנגעוואונטשן 'א גוט יום טוב', און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
"ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש ~ אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלקיו"