דער רב האט אויסגעפירט אז דאס איז פשט אין פסוק, בסוכות תשבו גייט ארויף אויף די אושפיזין, און כל האזרח אויף אונז, אזויווי דער זוהר הק' זאגט,
און דאס איז די נתינת טעם למען ידעו דורותיכם, ווייל אז די אושפיזין זענען דא, איז דא דעת.
דער רב האט נאכגעזאגט פונעם באר היטב אז מ'דארף אלעס טוהן אין סוכה אפי' שמועסן, אבער נישט רעדן קיין דברים בטלים, און נישט װערן אין כעס,
און עס מסביר געווען לויט דעם וואס מ'האט יעצט ארויסגעברענגט אז א סוכה איז אזויווי קדושת ארץ ישראל, אז אין א"י האט מען נישט גערעדט קיין דברים בטלים, ווייל אוירא דא"י מחכים, און סייג לחכמה שתיקה,
און לגבי כעס שטייט אין פסוק ונתן לך שם לב רגז, אז אין גלות וועט מען האבן א הארץ וואס קען ווערן אין כעס,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'זאל שטארק נזהר זיין אין די ענינים, און האלטן די סוכה בקדושת א"י.
דער רב האט צוגעענדיגט אז מ'האט ברוך השם זוכה געווען צו מקיים זיין מצות סוכה און ד' מינים, מ'איז עפעס ווערד, מ'זאל זעהן אז די ווערד זאל בלייבן,
און אנגעוואונטשן ברכות לרוב אז מ'זאל זוכה זיין צו קענען טוהן דעם רצון הבורא אויך ביי עניני גשמיות, מ'זאל שוין זוכה זיין צו אור חדש על ציון תאיר וכו', ונזכה לישב בסוכת עורו של לויתן, בביאת משיח צדקינו בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' חיים אלי' ליכטמאן הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
דער רב האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב אינעם סוכה הגדולה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטן מועד און דער רב האט צוריקגעוואונטשן בצהלת פנים,
מ'האט געענדיגט ארום 8:30, און דער רב איז אהיים לביתו.
= מוצאי שבת קודש - ב' דחול המועד סוכות - אושפיזא דמשה =
ארום 11:00 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען בסוכה הגדולה שעל יד בית מדרשינו הגדול צום סעודת אושפיזין רבתי - שמחת בית השואבה במעמד אלפי אנשי שלומינו,
דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין אויפ'ן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
דערנאך האט זיך דער רב געוואשן צום סעודה, מ'האט געזינגען זמירות מלוה מלכה,
מ'האט אויפגעגעבן די פיש, דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
מ'האט אויפגעגעבן די זופ,
במשכ'ן מעמד האט די מוזיק געשפילט, ביי פילע ניגונים האט דער רב מורא'דיג געקאכט, און ביי עטליכע זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין לכבוד שמחת בית השואבה ווען דער גאנצער ציבור הייבט זיך מיט אין די דערהויבענע טענץ.
מיט די שיר המעלות האט דער רב מכבד געווען הרב ר' יוסף פריעדמאן שליט"א, הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', הרה"ח ר' בנימין ליכטנשטיין הי"ו, הרה"ג ר' מרדכי יוסף ווייסמאנדל שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה, הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
דער רב האט משמיע געווען דברי תורה לכבוד היום,
צום ערשט האט דער רב ארויסגעברענגט אז עטליכע פון די זיידעס - רבותינו הקדושים לבית סיגוט האבן נישט גערעדט קיין דרשות במשך די ימי חול המועד, אבער די טאטע זז"ג פירט זיך יא צו רעדן, און עטליכע פון די זיידעס האבן יא גערעדט,
און אויסגעפירט אז וויבאלד ס'איז א שאלה, אבער אז מ'וועט זאגן נאך א פשט אויף די תורה פון שלש סעודות, איז דאך זיכער נישט קיין פראבלעם, ווייל מ'איז ממשיך די שלש סעודות תורה.
דער רב האט ארומגערעדט בעיקר ענינים איבער די גדלות פון משה רבינו רעיא מהימנא, צווישן אנדערע האט דער רב ארויסגעברענגט אז קיין איין צדיק האט נישט געקענט זאגן פאר'ן אויבערשטן זאל נישט טוהן א געוויסע זאך, דער איינציגסטער וואס האט עס געקענט טוהן איז געווען משה רבינו אזויווי מ'זעהט עטליכע מאל אין די תורה,
ווייל קיינער קען נישט זאגן פאר א בעל הבית 'דו טארסט נישט יעצט אריינגיין אין דעם צימער', דער בעה"ב וועט דאך אים ארויסווארפן,
משא"כ אן עבד וואס צ.ב. וואשט אויף די פלאר, קען זאגן פאר'ן בעה"ב אז ער זאל נישט אריינגיין יעצט דא, און דער בעה"ב וועט זיך נישט בייזערן ווייל ער ווייסט אז ס'איז לתועלת,
דאס האט משה רבינו זיך געפריידט, 'ישמח משה במתנת חלקו, כי עבד נאמן קראת לו', אז מ'האט אים אנגערופן אן עבד, און א געטרייע עבד וואס דער בעה"ב ווייזט אז ער מיינט זיין טובה קען זאגן פאר'ן בעה"ב טוה נישט דאס, טוה נישט יענס.

👁 27