🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ח תשרי תשפ״ה · Oct 20, 2024 · 11:19 PM
#407
דער רב האט ארויסגעברענגט דעם גרויסן כח פון משה רבינו אז ער האט געקענט בעטן פונעם אויבערשטן אויף א אנדערע צייט, אזויווי ער האט געפרעגט פרעה ווען די מכה זאך אוועקגיין, און אויסגעפירט פרעה'ס בקשה אז ס'זאל זיין למחר, אבער סתם צדיקים האבן נישט געהאט דעם כח,
מיט דעם האט דער מסביר געווען פארוואס מען איז נישט מתפלל אויף גשם די ערשטע טעג סוכות, ווייל סתם מענטשן האבן נישט דעם כח פון בעטן יעצט אויף אן אנדערן זמן.

דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' חנה מ'קאלאשיץ זצ"ל הי"ד לרגל די יומא דהילולא קדישא וואס איז געפאלן בעצם היום, דער רב האט ארומגערעדט בגודל קדושתו, זיין געקניפטע און געבינדענע יחוס צום צאנזער רב זי"ע, זיין תורה, עבודה, גמילות חסדים, און בפרט וויפיל ער האט זיך אוועקגעגעבן פאר אידישע קינדער ממש אין לשער, און נאך.

דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל זוכה זיין צו אלע השפעות טובות בזכות די מצות סוכה, און בזכות משה רבינו, ביז'ן ביאת גואל צדק בב"א.

דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין מיטשלעפענדיג דעם ריזן ציבור וועלכע האבן איבערגעפילט דעם גאנצן סוכה הגדולה אין געהויבענע טענץ לכבוד שמחת בית השואבה.

מ'האט געבענטשט, מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען בנו הגה"צ ר' חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט.

מ'האט געענדיגט ארום 1:35, און דער רב איז אהיים לביתו.

א גוטן מועד.
~🌴~
👁 28